אין ניו־יאָרק וווינען אָן אַ שיעור באַרימטע מענטשן, אויף שריט און טריט קען מען באַגעגענען פֿילם־ און טעלעוויזיע־שטערן, די בעסטע אַטלעטן, שרײַבער, פּאָליטישע פֿירער פֿון פֿרעמדע לענדער אאַז”וו. אמת, אַ סך זײַנען באַרימט אין אַזעלכע געביטן, ווי אַסטראָפֿיזיק אָדער מיניאַטור־מאָלערײַ, אַז מע האָט קיין מאָל ניט געהערט זייערע נעמען. אָבער וווינענדיק דאָ כּמעט מײַן גאַנץ לעבן, האָב איך זיכער געזען הונדערטער באמת באַרימטע מענטשן. די צרה איז בלויז, וואָס איך האָב זיי ניט דערקענט.
ערשטנס, טויגן מײַנע אויגן אויף כּפּרות: איך טראָג ברילן זינט איך בין געווען 9 יאָר אַלט, און יעדעס יאָר ווערן די לינדזן אַ ביסל דיקער. צווייטנס, דאַרף מען אויף די ניו־יאָרקער גאַסן האַלטן אַן אויג אויף די אויטאָס, וואָס זײַנען עלול; איבערצופֿאָרן די פֿוסגייער. דערנאָך אויף די משוגעים, וואָס עס זײַנען פֿאַראַן מער ווי אויטאָס, און אויך אויף די פֿאַרשיידענע כוליגאַנעס און אונטערוועלטניקעס, וואָס דרייען זיך אַרום. דריטנס, אין דער אמתן זעען ס׳רובֿ באַרימטע פּערזענלעכקייטן טאַקע ניט אויס אַזוי באַרימט פֿון דער נאָענט, אָן דער געוויינטלעכער קאָסמעטיק. אַפֿילו די סופּער־מאָדעלקעס קען מען מיינען, אַז די פֿרויען זײַנען פּשוט שטאַרק אויסגעהונגערט, נעבעך.
ווען איך האָב אַ מאָל געאַרבעט אין אַ מוזיקקראָם, האָב איך איינעם אַ קונה געזאָגט, אַז ער זעט אויס ענלעך אויפֿן פֿילם־שטערן קעווין קלײַן. ס׳איז טאַקע געווען אַ געוויסע ענלעכקייט, כאָטש ער האָט אויסגעזען היפּש עלטער, מיט אַ גערונצלט פּנים, אויך מיט אַ בײַכל. „אַזוי זאָגט מען אַ מאָל‟, האָט ער געענטפֿערט, און דערנאָך געבעטן עפּעס צו באַשטעלן, וואָס האָט געפֿעלט אין אונדזער קראָם. ער האָט אויסגעפֿילט דעם פּאַסיקן פֿאָרמולאַר און איז באַלד אַוועק. ערשט ווען איך האָב געקוקט אויפֿן פֿאָרמולאַר, האָב איך דערזען, אַז ס׳איז טאַקע קעווין קלײַן!
מײַנע אַנדערע באַגעגענישן מיט באַרימטע פּערזענלעכקייטן זײַנען פֿונעם זעלבן סאָרט: געזען פּלוצעם ווי זיי גייען אַרויס פֿון אַ רעסטאָראַן אָדער גייען אַריבער דער גאַס, און ערשט שפּעטער זיך געכאַפּט ווער זיי זײַנען. אָבער נאָך שטאַרקער פֿאַרדריסן יענע פֿאַלן, ווען איך האָב עמעצן באַגעגנט און געדענק עס אַפֿילו ניט.
אַזוי איז געשען ווען איך האָב געטראָפֿן דעם גרויסן ייִדישן שרײַבער — וואָס איך וואָלט איצט אַוועקגעגעבן די רעכטע האַנט, כּדי צו רעדן מיט אים — יצחק באַשעוויס. דאָס איז געווען אין 1978, ניט לאַנג נאָך דעם ווי באַשעוויס האָט געוווּנען די נאָבעל־פּרעמיע, און אַ פּאָר חדשים נאָך דעם ווי איך בין געבוירן געוואָרן. די מאַמע האָט מיך געבראַכט אין ייִוואָ, וווּ ער האָט געהאַלטן אַ רעדע, און אין מיטן זײַנע רייד האָב איך אָנגעהויבן וויינען. אָבער באַשעוויס האָט זיך דערפֿון ניט געלאָזט שטערן: „אמת פֿונעם מויל פֿון עופֿעלעך‟, האָט ער געזאָגט אַ פּסוק פֿון תּהילים, און דער עולם האָט זיך צעלאַכט. אַזוי האָב איך אויף זײַן אַחריות, אַז אַלץ וואָס איך זאָג איז אמת.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.