אין זײַן רעדע פֿאַר דער אַלגעמיינער פֿאַרזאַמלונג פֿון דער „יו־ען‟, האָט דער ישׂראלדיקער פּרעמיער בנימין נתניהו דערקלערט, אַז „צום ערשטן מאָל‟ איז מעגלעך אַ סטראַטעגישע שותּפֿות צווישן ישׂראל און עגיפּטן, יאָרדאַניע, סאַודיע און די פֿאַראייניקטע אַראַבישע עמיראַטן, לטובֿת דעם קאַמף קעגן דעם מיליטאַנטישן איסלאַם.
„אַ גרעסערע צוזאַמענאַרבעט צווישן ישׂראל און דער אַראַבישער וועלט קאָן גרינגער מאַכן דאָס דערגרייכן שלום צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער,‟ האָט ער דערקלערט. „צוזאַמען מוזן מיר אָנערקענען די סכּנות פֿונעם ראַדיקאַלן איסלאַם.‟
איז דאָס אָבער רעאַליסטיש? מסתּמא נישט, בפֿרט, אויב נתניהו האָפֿט אָפּצולייגן אויף שפּעטער די פֿאַרהאַנדלונגען מיט די פּאַלעסטינער צו שאַפֿן צוויי מדינות, און זיך בלויז קאָנצענטרירן אויף אַ רעגיאָנאַלן קאַמף קעגן איראַן און ISIS — סײַ קעגן די שיִיִטישע, סײַ קעגן די סוניטישע איסלאַמיסטן. אמת, די שלום־פּאַרטנערס, יאָרדאַניע און עגיפּטן, האָבן לעצטנס פֿאַרשטאַרקט זייער סטראַטעגישע קאָאָפּעראַציע מיט ישׂראל — טאַקע צוליב דעם ראַדיקאַלן איסלאַם; און די פֿיר אַראַבישע לענדער האָבן זיך עפֿנטלעך נישט אַנטקעגנגעשטעלט נתניהוס דערקלערונג אין דער „יו־ען‟. אָבער זיי זאָגן אַלע כּסדר, אַז אַ שלום־אָפּמאַך צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער איז אַ מוז, אויב ישׂראל וויל פֿאַרבעסערן די דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט זיי.
ווייניק ישׂראלים זענען קעגן נענטערע באַציִונגען מיט סאַודיע אָדער די עמיראַטן, צי מע טוט עס בפֿרהסיא, צי בסוד. אָבער דער ישׂראלדיקער לאָבי פֿון רעכט־ליניקע און ייִשובֿניקעס וועלן זיכער נישט זײַן גרייט צו באַצאָלן אַ „פּאַלעסטינער‟ פּרײַז דערפֿאַר. מיר קענען זיך אָפּלערנען אַ משל פֿון צוויי פּרעצעדענטן: די „פּעריפֿעריע־דאָקטרינע‟ פֿון די 1950ער, 60ער און 70ער יאָרן, און דער מאַדריד־פּראָצעס פֿון 1991־1996.
אין די מיטן־1950ער איז ישׂראל אַרומגערינגלט געוואָרן מיטן פֿײַנטלעכן אַראַבישן נאַציאָנאַליזם, אָנגעפֿירט דורך דעם עגיפּטישן פֿירער גאַמאַל אַבדול נאַסער. דער ישׂראלדיקער פּרעמיער דוד בן־גוריון האָט באַשלאָסן צו שאַפֿן אַ שותּפֿות מיט נישט־אַראַבישע און נישט־מוסולמענישע מלוכות, וועלכע האָבן זיך אויך געזאָרגט וועגן דעם וואַקסנדיקן אַראַבישן נאַציאָנאַליזם. האָט זיך דערבײַ געשאַפֿן אַן אַליאַנץ צווישן ישׂראל, איראַן און טערקײַ מיטן קאָד־נאָמען „טרײַדענט‟, ווי אויך צווישן ישׂראל און עטיאָפּיע, און מיט מאַראָקאָ, די איראַקישע קורדן און די דרום־סודאַנער. די קורדן און דרום־סודאַנער זענען געווען עטנישע מינאָריטעטן, וועלכע האָבן שטילערהייט געהאָפֿט, ווי ישׂראל, צו געווינען אומאָפּהענגיקייט.
די פּעריפֿעריע־אַליאַנצן האָבן טאַקע געהאָלפֿן ישׂראל אויסצומײַדן אַן אַטאַק פֿון די אַראַבישע מלוכות און צו אַנטוויקלען אַ סטראַטעגישע באַציִונג מיט די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אָבער יענע „אַליִיִרטע‟ זענען נישט געווען אמתדיקע אַליִיִרטע; זיי האָבן קיין מאָל נישט אָנגעקניפּט פֿולשטענדיקע דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט ישׂראל; בלויז אַ באַגרענצעטע זיכערהייט־קאָאָפּעראַציע הינטער די קוליסן. און ווען ישׂראל איז אין 1967 און 1973 ערנסט באַדראָט געוואָרן פֿון די אַראַבישע קאָאַליציעס, האָבן די טערקן, איראַנער, קורדן און מאַראָקאַנער קיין שום הילף נישט געגעבן דער ייִדישער מדינה.
ווען ישׂראל און עגיפּטן האָבן אונטערגעשריבן אַ שלום־אָפּמאַך, איז עס געווען אַ סך מער ממשותדיק און געדויערט אַ סך לענגער ווי „טרײַדענט‟. אַ צווייטע געלעגנהייט צו שאַפֿן רעגיאָנאַלע סטראַטעגישע קאָאָפּעראַציע האָט זיך באַוויזן סוף־1991 — דאָס מאָל מיט די אַראַבער אַליין. נאָך דעם ווי די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָט דורך אַן אייראָפּעיִשער און אַראַבישער קאָאַליציע פֿאַרטריבן דעם איראַקישן פֿירער סאַדאַם כוסיין פֿון קוּווייט, האָט די דזשאָרדזש ה. וו. בוש־אַדימיניסטראַציע שטאַרק געדריקט אויפֿן ישׂראלדיקן פּרעמיער יצחק שמיר זיך צו באַטייליקן אין אַ קאָנפֿערענץ אין מאַדריד, כּדי אָנצוהייבן אַ שלום־פּראָצעס.
דער רעזולטאַט: אַ ריי פֿאַרהאַנדלונג־פּראָצעסן אין שײַכות מיט וואַסער־ענינים און ווי אײַנצוצאַמען די וואָפֿן־פֿאַרשפּרייטונג. ישׂראל און 14 אַראַבישע לענדער זענען בײַגעווען. ווען יצחק ראַבין איז געוואָרן דער פּרעמיער און האָט אַקטיוו אָנטיילגענומען אינעם אָסלאָ־פּראָצעס, האָבן אָמאַן, קאַטאַר, מאַראָקאָ און טוניזיע אָנגעקניפּט, כאָטש צום טייל, דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט ישׂראל. אין 1996 האָט זיך דער פּראָצעס אָבער אָפּגעשטעלט, און די פֿיר נײַע אַראַבישע אַליִיִרטע האָבן גלײַך אַרויסגעשיקט די ישׂראלדיקע דיפּלאָמאַטן פֿון לאַנד.
וואָס קענען מיר זיך אָפּלערנען פֿון די צוויי באַמיִונגען צו אינטעגרירן ישׂראל מיט די אַנדערע מדינות אינעם ראַיאָן? אויב נתניהו מיינט, אַז די אַראַבער זענען גרייט צו פֿאַרגעסן וועגן דעם פּאַלעסטינער ענין, מאַכט ער אַ גרויסן טעות. אַ צווייטע פּראָבלעם איז דער מוסולמענישער צוגאַנג צו ישׂראל ווי אַ ייִדישע מדינה בכלל. אויב דער ענין איז געווען צו קאָמפּליצירט אַפֿילו פֿאַרן שאַך פֿון איראַן אין יענע צײַטן, איז עס אַ סך מאָל שווערער הײַנט פֿאַר די סאַודיער און אַפֿילו פֿאַר די עגיפּטער.
דאָס צוזאַמענאַרבעטן מיט די מעסיקע סוניטישע אַראַבישע מלוכות קעגן ISIS און איראַן איז אַ גוטער אײַנפֿאַל, און אויב דאָס וועט העלפֿן ישׂראל „געווינען פּונקטן‟ בײַ די פֿאַראייניקטע שטאַטן און אַנדערע לענדער — איז נאָך בעסער. דאָס וועט אָבער בלויז מקוים ווערן, אויב ישׂראל נעמט אין אַכט די פּאָליטישע באַגרענעצונגען פֿון די אַראַבישע לענדער, וואָס שייך די פּאַלעסטינער, און אויך זייערע רעליגיעזע און אידעאָלאָגישע באַגרענעצונגען וועגן דער פֿראַגע פֿון אַ ייִדישער מדינה.
דער מיטעלער מיזרח איז הײַנט אומסטאַביל און דורכגעלעכערט מיט קריזיסן. אַזוי ווי אין 1991, האָט זיך געשאַפֿן אַ מעגלעכקייט פֿון אַ ישׂראלדיק־אַראַבישער קאָאָפּעראַציע. אָבער אויב ישׂראל וויל אַ דויערנדיקע סטאַביליטעט אינעם ראַיאָן, וועט דער אַלטער צוגאַנג „דער שׂונא פֿון מײַן שׂונא איז מײַן פֿרײַנד‟, ווייניק צוהעלפֿן.
* יוסי אַלפֿר, אַ געוועזענער הויך־באַאַמטער פֿונעם „מוסד‟, איז דער מחבר פֿונעם בוך, Periphery: Israel‘s Search for Middle East Allies [פּעריפֿעריע: ישׂראלס פֿאַרלאַנג נאָך אַליִיִרטע אינעם מיטעלן מיזרח]
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.