נתניהוס חלום צו בויען אַראַבישע אַליאַנצן וועט ניט מצליח זײַן

Netanyahu's Dream of Building Arab Alliances Doomed to Fail

THINKSTOCK/KURT HOFFMAN

פֿון יוסי אַלפֿר (Forward)*

Published October 15, 2014, issue of November 07, 2014.

אין זײַן רעדע פֿאַר דער אַלגעמיינער פֿאַרזאַמלונג פֿון דער „יו־ען‟, האָט דער ישׂראלדיקער פּרעמיער בנימין נתניהו דערקלערט, אַז „צום ערשטן מאָל‟ איז מעגלעך אַ סטראַטעגישע שותּפֿות צווישן ישׂראל און עגיפּטן, יאָרדאַניע, סאַודיע און די פֿאַראייניקטע אַראַבישע עמיראַטן, לטובֿת דעם קאַמף קעגן דעם מיליטאַנטישן איסלאַם.

„אַ גרעסערע צוזאַמענאַרבעט צווישן ישׂראל און דער אַראַבישער וועלט קאָן גרינגער מאַכן דאָס דערגרייכן שלום צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער,‟ האָט ער דערקלערט. „צוזאַמען מוזן מיר אָנערקענען די סכּנות פֿונעם ראַדיקאַלן איסלאַם.‟

איז דאָס אָבער רעאַליסטיש? מסתּמא נישט, בפֿרט, אויב נתניהו האָפֿט אָפּצולייגן אויף שפּעטער די פֿאַרהאַנדלונגען מיט די פּאַלעסטינער צו שאַפֿן צוויי מדינות, און זיך בלויז קאָנצענטרירן אויף אַ רעגיאָנאַלן קאַמף קעגן איראַן און ISIS — סײַ קעגן די שיִיִטישע, סײַ קעגן די סוניטישע איסלאַמיסטן. אמת, די שלום־פּאַרטנערס, יאָרדאַניע און עגיפּטן, האָבן לעצטנס פֿאַרשטאַרקט זייער סטראַטעגישע קאָאָפּעראַציע מיט ישׂראל — טאַקע צוליב דעם ראַדיקאַלן איסלאַם; און די פֿיר אַראַבישע לענדער האָבן זיך עפֿנטלעך נישט אַנטקעגנגעשטעלט נתניהוס דערקלערונג אין דער „יו־ען‟. אָבער זיי זאָגן אַלע כּסדר, אַז אַ שלום־אָפּמאַך צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער איז אַ מוז, אויב ישׂראל וויל פֿאַרבעסערן די דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט זיי.

ווייניק ישׂראלים זענען קעגן נענטערע באַציִונגען מיט סאַודיע אָדער די עמיראַטן, צי מע טוט עס בפֿרהסיא, צי בסוד. אָבער דער ישׂראלדיקער לאָבי פֿון רעכט־ליניקע און ייִשובֿניקעס וועלן זיכער נישט זײַן גרייט צו באַצאָלן אַ „פּאַלעסטינער‟ פּרײַז דערפֿאַר. מיר קענען זיך אָפּלערנען אַ משל פֿון צוויי פּרעצעדענטן: די „פּעריפֿעריע־דאָקטרינע‟ פֿון די 1950ער, 60ער און 70ער יאָרן, און דער מאַדריד־פּראָצעס פֿון 1991־1996.

אין די מיטן־1950ער איז ישׂראל אַרומגערינגלט געוואָרן מיטן פֿײַנטלעכן אַראַבישן נאַציאָנאַליזם, אָנגעפֿירט דורך דעם עגיפּטישן פֿירער גאַמאַל אַבדול נאַסער. דער ישׂראלדיקער פּרעמיער דוד בן־גוריון האָט באַשלאָסן צו שאַפֿן אַ שותּפֿות מיט נישט־אַראַבישע און נישט־מוסולמענישע מלוכות, וועלכע האָבן זיך אויך געזאָרגט וועגן דעם וואַקסנדיקן אַראַבישן נאַציאָנאַליזם. האָט זיך דערבײַ געשאַפֿן אַן אַליאַנץ צווישן ישׂראל, איראַן און טערקײַ מיטן קאָד־נאָמען „טרײַדענט‟, ווי אויך צווישן ישׂראל און עטיאָפּיע, און מיט מאַראָקאָ, די איראַקישע קורדן און די דרום־סודאַנער. די קורדן און דרום־סודאַנער זענען געווען עטנישע מינאָריטעטן, וועלכע האָבן שטילערהייט געהאָפֿט, ווי ישׂראל, צו געווינען אומאָפּהענגיקייט.

די פּעריפֿעריע־אַליאַנצן האָבן טאַקע געהאָלפֿן ישׂראל אויסצומײַדן אַן אַטאַק פֿון די אַראַבישע מלוכות און צו אַנטוויקלען אַ סטראַטעגישע באַציִונג מיט די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אָבער יענע „אַליִיִרטע‟ זענען נישט געווען אמתדיקע אַליִיִרטע; זיי האָבן קיין מאָל נישט אָנגעקניפּט פֿולשטענדיקע דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט ישׂראל; בלויז אַ באַגרענצעטע זיכערהייט־קאָאָפּעראַציע הינטער די קוליסן. און ווען ישׂראל איז אין 1967 און 1973 ערנסט באַדראָט געוואָרן פֿון די אַראַבישע קאָאַליציעס, האָבן די טערקן, איראַנער, קורדן און מאַראָקאַנער קיין שום הילף נישט געגעבן דער ייִדישער מדינה.