איך האָב מיט גרויס אינטערעס איבערגעלייענט דעם אַרטיקל „ישׂראל באַגריסט איר אַמאָליקן ׳קאָנקורענט׳‟, אָנגעשריבן פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף. אמת, מע דאַרף זאָגן, אַז היסטאָריש איז ביראָבידזשאַן קיין ערנסטער קאָנקורענט ניט געווען, אָבער דער פּלאַן צו שאַפֿן אַ ייִדישע רעפּובליק אין קרים, אין די 1920ער יאָרן, האָט בפֿירוש יאָ געשאַפֿן פּראָבלעמען פֿאַר דער ציוניסטישער באַוועגונג.
בײַם לייענען סערגאָ בענגעלסדאָרפֿס באַריכט פֿון זײַן קולטור-עקספּעדיציע קיין ביראָבידזשאַן שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז עס פֿילט זיך דאָרטן אַ חשק צו האָבן וואָס מער ייִדישע קולטור-אונטערנעמונגען. דער מחבר שרײַבט, אָבער, גאָרנישט וועגן דעם אַלגעמיינעם מצבֿ פֿון ייִדישן לעבן אין יענע מקומות, וועגן דעם וואָס עס קומט פֿאָר הינטער דעם גלאַנציקן פֿאַסאַד פֿון די קולטור-געשעענישן, אָרגאַניזירט כּדי אָפּצומערקן דעם גרויסן יום-טובֿ — אַז מיט 80 יאָר צוריק האָט זיך אויף דער סאָוועטישער מאַפּע באַוויזן די ייִדישע אויטאָנאָמע געגנט, וואָס פֿון איר עקזיסטענץ האָבן ס׳רובֿ הײַנטיקע ייִדן קיין שום אַנונג ניט.
מיטן לעבן פֿון דער געגנט קען מען זיך באַקענען דורך דעם אָפֿיציעלן וועבזײַטל פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט //www.eao.ru, וואָס איז צוטריטלעך אויף דרײַ „ייִדישע שפּראַכן‟, דהײַנו: רוסיש, ענגליש און כינעזיש. איך האָב אַ פּרוּוו געטאָן לייענען די צײַטונג „ביראָבידזשאַנער שטערן‟, וועלכע האָט אַן אינטערנעץ-נוסח — //www.gazetaeao.ru. כאַראַקטעריש, אַז אַלץ, וואָס עס האָט צו טאָן מיט דער ייִדישער געגנט גופֿא, ווערט באַשריבן אין רוסיש. די אַרטיקלען אויף ייִדיש דערציילן וועגן ישׂראל, פּוילן צי אַפֿילו סאַרדיניע. אינטערעסאַנט, ווי אַזוי די רעדאַקציע שטעלט פֿאַר זיך פֿאָר דעם ייִדישן לייענער אירן? צי אפֿשר שרײַבן זיי סתּם אַזוי אין דער וועלט אַרײַן, אַבי צו שטעלן אַ „קאַטשקעלע‟, אַז מע האָט אַ צײַטונג מיט אַ ביסל ייִדיש?
אַן אַלטער חבֿר מײַנער, אַ ייִדישער היסטאָריקער, האָט זיך מיט מיר פֿאַרבונדן די טעג פֿון מאָסקווע. ער איז ניט לאַנג צוריק געקומען פֿון ביראָבידזשאַן, וווּ ער האָט זיך באַטייליקט אין אַ קאָנפֿערענץ, טאַקע געווידמעט דעם 80־יאָריקן יוביליי. מיט אַ פּאָר יאָר צוריק איז אים אויסגעקומען צו זײַן אין ביראָבידזשאַן, און נאָך דעמאָלט האָט ער מיר דערציילט וועגן דעם נעבעכדיקן (ווייך געזאָגט) מצבֿ פֿון ייִדישן קולטור-לעבן אין דער ווײַט-מיזרחדיקער ייִדישער מלוכהשאַפֿט. איצט אָבער האָט עס, לויט זײַנע ווערטער, אָנגענונמען אַ פֿאָרעם פֿון אַ פֿאַרס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.