דער פֿאַרס פֿון ביראָבידזשאַן

The Farce That is Birobidzhan


פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published October 21, 2014, issue of November 07, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

אַ באַזונדערס געוואַלדיקן אײַנדרוק האָט אויף אים געמאַכט דער שמועס, וואָס ער האָט געהאַט מיט אַ גראַדויִר-סטודענטקע („אַספּיראַנטקע‟) פֿונעם היגן אוניווערסיטעט, וואָס טראָגט דעם נאָמען פֿון שלום-עליכמען. אַ מאָל האָט מען אין דעם לערן-אַנשטאַלט שטודירט ייִדיש, אָבער איצט איז, דאַכט זיך, פֿון ייִדיש קיין זכר ניט פֿאַרבליבן. מיר וואָלט געווען אינטערעסאַנט צו פֿרעגן די סטודענטן פֿון אָט דעם אַנשטאַלט, וואָס זיי ווייסן וועגן שלום-עליכם. צוריק גערעדט, איז עס אַ סקאַרבאָווע סאָוועטישע טראַדיציע, אָנצורופֿן עפּעס מיט אַ נאָמען, וואָס צו דעם דאָזיקן „עפּעס‟ האָט עס קיין שום שײַכות ניט. למשל, נאָך איצט טראָגן טעקסטיל-פֿאַבריקן אין אַ צאָל געוועזענע סאָוועטישע שטעט דעם נאָמען פֿון ראָזע לוקסעמבורג, גלײַך ווי זי האָט געווידמעט איר לעבן ניט דער רעוואָלוציע, נאָר דווקא דער קליידער-אינדוסטריע.

אָבער לאָמיך זיך אומקערן צום שמועס צווישן מײַן חבֿר און דער סטודענטקע, וואָס שרײַבט אַ דיסערטאַציע אויף אַ זייער פֿאַרדרייטער טעמע; אַפֿילו דער גוט טרענירטער מוח פֿון דעם מאָסקווער גאַסט האָט זיך אָפּגעזאָגט עס פֿאַרגעדענקען. האָט זי, די יונגע געלערנטע פֿרוי, דערציילט, אַז דער גרופּע סטודענטן, און אפֿשר די לעקטאָרן אויך, האָט שטאַרק פֿאַראינטערעסירט די פֿראַגע, מיט וואָס ייִדיש שיידט זיך אָפּ פֿון העברעיִש. זיי האָבן זיך „פֿאַרטיפֿט‟ אין דעם ענין און זײַנען געקומען צום אויספֿיר, אַז קיין גרויסע אונטערשיידן צווישן אָט די צוויי שפּראַכן זײַנען ניטאָ… (בדרך-כּלל, האָב איך פֿײַנט צו נוצן די דרײַ פּינטעלעך, אָבער אין דעם פֿאַל איז באמת שווער עפּעס צו זאָגן.)

מיט עטלעכע וואָכן צוריק האָב איך גערעדט מיט אַן אַמעריקאַנער פּאָרפֿאָלק, וואָס האָט זיך צופֿעליק אַרײַנגעכאַפּט קיין ביראָבידזשאַן. זיי האָבן געזען דעם פֿאַסאַד (ייִדישע דענקמעלער און אויפֿשריפֿטן) פֿון דער היגער „ייִדישקייט‟, אָבער הינטער דעם פּאָטיאָמקין-דאָרפֿישן פֿאַסאַד האָבן זיי קיין שום ייִדישן לעבן ניט באַמערקט. אַ סבֿרא, אַז אין יענע טעג האָבן דאָרטן קיין ישׂראלדיקע געסט ניט געטאַנצט און ניט געזונגען.

ביראָבידזשאַן שטעלט מיט זיך אַ פּאַראַדאָקס אין דער ייִדישער און דער סאָוועטישער געשיכטע. און, איך גלייב, אַז דווקא אַזוי דאַרף מען זיך צו אים באַציִען. דאָס הייסט, ניט צו מאַכן אים מיט דער בלאָטע גלײַך, אָבער אויך ניט מאַכן פֿון אים קיין צימעס, בפֿרט פֿון דעם, וואָס איז פֿאַרבליבן דאָרטן הײַנט. ווי אַ פּאַראַדאָקס האָט ביראָבידזשאַן אויסגעזען אויך מיט יאָרן צוריק, אין די 1970ער, ווען איך בין אין משך פֿון אַ קורצער צײַט געווען אַ לייענער פֿון „ביראָבידזשאַנער שטערן‟, דעמאָלט נאָך אין גאַנצן אויף ייִדיש, אָבער אָן אַ „ייִדישן טעם‟. מויני שולמאַן, אַן אַלטער ייִדישער רעדאַקטאָר, האָט מיר געעצהט זיך אײַנהאַלטן פֿון אַרײַנקוקן אין דער צײַטונג. ער האָט געהאַלטן, אַז איר ייִדיש איז קיין ייִדיש ניט געווען.

דער דרך-המלך פֿון ייִדישן לעבן אין רוסלאַנד איז תּמיד געווען אין מאָסקווע, ניט אין ביראָבידזשאַן. מע קען מאַכן אַ וועזן פֿון דעם שלום-עליכם מאָנומענט אין ביראָבידזשאַן, אָבער מאָסקווע האָט אויך אַן אייגענעם שלום-עליכם-דענקמאָל. און דער עיקר, מאָסקווע האָט געהאַט און האָט נאָך אַלץ ייִדן און אַ ייִדיש לעבן אויך.