די האַרבסטיקע יום־טובֿים איז די בעסטע צײַט אַרױסצונעמען דאָס אַלטע טעלעפֿאָן־ביכל און אָנקלינגען יענע קאָלעגעס, מיט װעלכע ס’קומט ניט אױס איבערצורעדן אין פֿאַרלױף פֿון יאָר. ס’רובֿ פֿון זײ האָבן שױן פֿאַרלאָזט זײערע מלוכישע און דיפּלאָמאַטישע פּאָסטן, אָבער זײ אַלע פֿירן ווײַטער אָן כּלערלײ בכּבֿודיקע אינסטיטוציעס, דעריבער איז זײער מײנונג װעגן דער הײַנטצײַטיקער אַלגעמײנער לאַגע תּמיד אַקטועל, פּינקטלעך און פֿריש.
נאָך די געװײנטלעכע װינטשעװאַניעס קומט שטענדיק צום „גאָלדענעם שליסל‟: נו, װאָס הערט זיך עפּעס נײַעס? אָבער דאָס יאָר, אַנשטאָט דעם טראַדיציאָנעלן ענטפֿער: מע גאָלט זיך, מע שערט זיך, און עס װאַקסט װײַטער, האָבן מיר אַלע געעצהט איבערצולײענען מיט „קאָפּ‟ די לעצטע רעדע פֿונעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט אין דער „יו־ען‟, װײַל „דאָס איז ניט סתּם אַ רעדע, נאָר אַ קאַמף־פּראָגראַם פֿון דער מערבֿדיקער ציװיליזאַציע אױף די נאָענטסטע צען יאָר; און די רעזולטאַטן פֿונעם קאַמף װעלן דיקטירן דער גאַנצער װעלט די נײַע געזעצן פֿון די ציװיליזאַציע־כּללים אױף די װײַטערדיקע הונדערט יאָר‟.
גוט, אַז קלוגע מענטשן עצהן, דאַרף מען זײ פֿאָלגן. װאָס זאָל איך אײַך זאָגן? דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט האָט באַשטימט, און טאַקע זײער קלאָר, די כּלל־פּרינציפּן פֿון דער קומענדיקער ציװיליזאַציע. איך בין ניט זיכער צי זײַנע באַהעלפֿער האָבן אַ מאָל געלײענט מאַקס פֿרישס ראָמאַן „האָמאָ פֿאַבער‟, אָבער דאָרט איז געזאָגט געוואָרן, אַז „ציװיליזאַציע הײבט זיך אָן דאָרטן, װוּ די מענטשן הערן אױף צו פּאַטשקען אונטער זײערע אײגענע פֿענצטער‟.
די לעצטע רעדע פֿונעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט אין דער „יו־ען‟ האָט מיך, אַ פּשוטן מענטש, דערפֿרײט און אַנטױשט. אַנטױש האָט זי מיך דערפֿאַר, ווײַל דער אױפֿרוף צו פֿאַראײניקן די כּוחות פֿון די דעמאָקראַטישע לענדער, װי אױך פֿון די „ניט־דעמאָקראַטישע‟, אָבער מעסיקע מוסולמענישע רעזשימען, קעגן די אַכזריותדיקע איסלאַמיסטן, איז געקומען מיט אַ פֿאַרשפּעטיקונג אױף גוטע צװאַנציק יאָר; און איך בין ניט זיכער צי אין מדינת־ישׂראל װעט זיך געפֿינען כאָטש אײן רעאַליסטיש דענקענדיקער מענטש, װעלכער גלײבט, אַז סײַ די ראַדיקאַלע און סײַ די מעסיקע איסלאַמיסטן װעלן לאָזן די ייִדן צו רו, װײַל עס איז ניטאָ קײן אײן היסטאָרישער באַװײַז, אַז אין משך פֿון די לעצטע צװײ טױזנט יאָר איז געװען אַנדערש אָדער ס’װעט קאָנען זײַן אַנדערש.
די פֿרײד מײַנע איז קלענער פֿון דער אַנטױשונג, אָבער דאָך אַ פֿרײד. סוף־כּל־סוף, האָבן די דעמאָקראַטישע לענדער אָנערקענט, אַז זײ אַלײן, מיט זײערע אײגענע הענט האָבן אױפֿגעכאָװעט אַ פֿרישן דור „הײמישע דזשיהאַדיסטן‟, און איצט, גאָט צו דאַנקען, װעלן זײ מוזן אָנהײבן צו „רײניקן אונטער זײערע אײגענע פֿענצטער.‟ אױב ניט אױף די שלאַכטפֿעלדער אין אַזיע און אַפֿריקע, טאָ כאָטש בײַ זיך אין דער הײם. אַזױ צי אַנדערש, נאָר װאָס װײניקער פּאַטאַלאָגישע רוצחים װעט בלײַבן אױף דער װעלט, אַלץ רויִקער װעלן זיך פֿילן אונדזערע קינדער און אײניקלעך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.