מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק האָב איך זיך אַרײַנגעצויגן אין אַ נײַער דירה. ווי עס טרעפֿט זיך, האָט די דירה ניט קיין טעלעוויזאָר און צוליב דעם האָב איך שוין עטלעכע וואָכן גאַנץ ווייניק געקוקט די נײַעס. טאַקע דערפֿאַר, פֿיל איך זיך אַ סך מער רויִק. דאָס הייסט ניט, אַז איך באַקום בכלל ניט קיין ידיעות וועגן דעם, וואָס עס טוט זיך אויף דער וועלט. ס׳איז פּונקט פֿאַרקערט; איך לייען איצט מער און דערוויס זיך וועגן מער געשעענישן ווי פֿריִער, אַרײַנגערעכנט גאָר אַ סך שלעכטע פּאַסירונגען. וואָס יאָ, דער אופֿן, ווי אַזוי מע שטעלט צו די נײַעס אויף דער טעלעוויזיע איז גאַנץ אַנדערש פֿונעם אופֿן, אויף וועלכן מע דערוויסט זיך וועגן דער נײַעס דורך אַרטיקלען.
אויף איין פֿוס: אין אַ צײַטונג אָדער וועבזײַטל פּרובירט מען, געוויינטלעך, ניט איבערצושרעקן די לייענער, וועלכע קענען אַליין באַשליסן, וואָס זיי ווילן וויסן, און ווי גיך זיי ווילן די אינפֿאָרמאַציע אײַנזאַפּן. דאָס איז להיפּוך צו, למשל, CNN, אויף וועלכער יעדע איבעריקע סעקונדע איז אָנגעשטאָפּט מיט שרײַענדיקע קלאַנגען, לויפֿנדיקע טעקסטן, בלישטשענדיקע קאָלירן און מאָדנער מוזיק, וואָס האַלט כּסדר אין איין אַנאָנסירן, אַז עפּעס אַ נײַעס האַלט זיך אין „ברעכן‟, כאָטש ס׳איז, בדרך־כּלל, באמת בלויז איבעריקע רייד וועגן געשעענישן, וואָס זענען פֿאָרגעקומען מיט טעג און אַפֿילו וואָכן צוריק. הייסט עס, אַז ווען מע זעט „Breaking News‟, איז עס גיכער אַ ברעכעכץ פֿון ווערטער, איידער אַ וויכטיקע ידיעה, וואָס האָט נאָר וואָס פּאַסירט.
ס׳איז אַ דעליקאַטע און שווערע קונסט, וואָס עס מאַכן די דאָזיקע טעלעוויזיע־פּערזענלעכקייטן. מע וויל איבערשרעקן די צוקוקער, זיי זאָלן פֿילן, אַז מע טאָר ניט אויפֿהערן צו קוקן טעלעוויזיע, כּדי חלילה עפּעס ניט צו פֿאַרפֿעלן; אָבער אין דער זעלביקער צײַט, טאָר מען די צוקוקער ניט צו פֿיל אָנשרעקן, אַנדערש וועלן זיי פּשוט אין גאַנצן אויסלעשן דעם טעלעוויזאָר. צוליב דעם קען מען באַמערקן אַ מאָדנע זאַך: ווען ס׳איז ניטאָ באמת קיין נויטפֿאַל, רעדט מען זייער אָפֿט אויף אַן ענערגעטישן און אַפֿילו פֿרענעטישן אופֿן, אָבער אין די זעלטענע מאָמענטן, ווען עפּעס באמת שרעקלעכס אָדער געפֿערלעכס קומט פֿאָר, רעדט מען אין אַ פּאַמעלעכן, איידעלן טאָן מיט גאָר קלאָרע ווערטער.
נאָך מער אינטערעסאַנט איז דער אופֿן, פֿון אויסקלײַבן די ידיעות. צוליב דעם, וואָס מע וויל פֿאַרכאַפּן וואָס מער מענטשן, רעדט מען זייער אָפֿט פֿונעם טויט. פֿאַר וואָס דווקא פֿונעם טויט? ווײַל נאָך דעם וואָס אַלע זענען געבוירן געוואָרן און אַלע מוזן עסן און גיין צומאָל „דאָרטן וווּ דער קייסער גייט אַליין‟, איז כּמעט די איינציקע איבערלעבונג, וואָס יעדער איינער וועט אַדורכלעבן דאָס שטאַרבן. דערפֿאַר הערט מען תּמיד וועגן מענטשן, וואָס זענען נעכטן געשטאָרבן; פֿאַר וואָס זענען זיי געשטאָרבן און פֿאַר וואָס איר, די צוקוקער, זאָלן מיט אויפֿמערק צוהערן זיך צו דער פּראָגראַם, איר זאָלט וויסן, ווי אַזוי עס אויסצומײַדן, איר זאָלט חלילה, ניט שטאַרבן אויפֿן זעלביקן אופֿן. כּדי ניט צו מוטשען די צוקוקער, פּרובירט מען צו רעדן וועגן דעם אַ ביסל אַנדערש יעדעס יאָר. הייסט עס, אַז פֿאַראַיאָרן איז געווען די „חזירים־גריפּע‟ און „אַל קײַדאַ‟, איז הײַנט „עבאָלאַ‟ און „אײַסיס‟, און אין אַ יאָר אַרום וועט מען אפֿשר רעדן גאָר פֿון זאָמביס און „אויסערערדניקעס‟.
ס׳איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז כאָטש מע רעדט שטענדיק וועגן טויט, וועגן די מענטשן, וואָס ווערן אומגעבראַכט אויף כּלערליי שרעקלעכע, טראַגישע און צומאָל אַבסורדישע אופֿנים, הערט מען זייער זעלטן דווקא וועגן דעם, ווי אַזוי ס׳רובֿ מענטשן שטאַרבן. די סיבה דערפֿון איז, ווײַל די נײַעס אויף דער טעלעוויזיע איז דאָך אַן אָפּשפּיגלונג פֿון דעם, ווי אַזוי מע זעט די וועלט; און מענטשן זענען מער פֿאַרכאַפּט מיט מאָדנע און זעלטענע געשעענישן. הייסט עס, אַז מיר זענען ניט קיין ראַציאָנעלע באַשעפֿענישן, וואָס באַטראַכטן אַ געפֿאַר, לויטן שאַנס, אַז זי וועט אונדז אָנטרעפֿן, נאָר לויט דעם ווי אויסטערליש און שרעקלעך, די געפֿאַר קלינגט.
נעמט, למשל, אין באַטראַכט „עבאָלאַ‟. די לעצטע דרײַ וואָכן האַלט CNN אין איין רעדן וועגן „עבאָלאַ‟, וועגן די אַלע פּיטשעווקעס פֿון דעם, ווי אַזוי דער ווירוס אַטאַקירט דעם קערפּער, די סימפּטאָמען, וואָס די געליטענע לעבן אַדורך און ווי אַזוי איר, די צוקוקער, קענען פֿאַרזיכערן, ווי אַזוי ניט אומגעבראַכט ווערן (בקיצור: רירט ניט אָן קיין אָנגעשטעקטע). קיין נבֿיא בין איך ניט און איך קען, אוודאי, ניט פֿאָרויסזען, וויפֿל אַמעריקאַנער וועלן, חלילה, אָנגעשטעקט ווערן מיט „עבאָלאַ‟. איך קען, אָבער, אָן קיין שום צווייפֿל, זאָגן אויף זיכער, אַז הונדערט ביז טויזנט מאָל אַזוי פֿיל מענטשן וועלן אינעם קומענדיקן יאָר טאַקע אומגעבראַכט ווערן פֿון נאָך אַ ווירוס, וועגן וועלכן CNN וועט קוים דערמאָנען: די אינפֿלועציע. יאָ, טאַקע דער „פֿלו‟ ברענגט אום אַרום 36,000 אַמעריקאַנער יעדעס יאָר און להיפּוך צום „עבאָלאַ‟ קען מען זיך פֿאַרטיידיקן קעגן אים דורך אַ וואַקצין. אָבער צוליב דעם וואָס די אינפֿלוענציע איז גאָרניט קיין נײַע דערשײַנונג, און די אַמעריקאַנער האָבן ניט שטאַרק מורא פֿאַר אים, הערט מען וועגן דעם בלויז אַ פּיפּס.
אַזאַ פֿענאָמען פֿון שווײַגן וועגן אַ נאָרמאַלער פּאַסירונג און רעדן טאָג־אײַן טאָג־אויס וועגן אַ מאָדנעם געשעעניש רופֿט מען אָן מיטן סאַרקאַסטישן נאָמען „מענטש בײַסט הונט‟. מיט דעם מיינט מען צו זאָגן, אַז טויזנטער מענטשן ווערן יעדן טאָג צעביסן פֿון הינט, אָבער זייער זעלטן בײַסט דער מענטש אַ הונט; דערפֿאַר איז נאָר דאָס צווייטע געשעעניש „אַ נײַעס‟.
נעמט, למשל, דעם טראַנספּאָרט. יעדעס יאָר ווערן אומגעקומען אין אַמעריקע בדרך־כּלל אַרום 138 מענטשן אין אַעראָפּלאַן־קאַטאַסטראָפֿעס, און מער ווי 36,000 זענען - אין אויטאָ־אַקצידענטן. אויסגערעכנט אויף אַן אַנדער אופֿן, איז דער שאַנס, וואָס דער דורכשניטלעכער אַמעריקאַנער וועט דאָס קומענדיקע יאָר אומקומען אין אַן אַעראָפּלאַן־קאַטאַסטראָפֿע 1 פֿון 2.067 מיליאָן, און אין אַן אויטאָ־אַקצידענט בלויז 1 פֿון 7,700. אויב מע פּראָיעקטירט אויף אַ גאַנץ לעבן, איז דער שאַנס, אַז איר וועט, חלילה, שטאַרבן צוליב אַן אויטאָ־אַקצידענט אַרום 700 מאָל העכער ווי דער שאַנס, אַז איר וועט, חס־ושלום אומקומען אין אַן אַעראָפּלאַן־קראַך. אָבער אויף דער טעלעוויזיע רעדט מען מער וועגן דער זיכערהייט פֿון אַעראָפּלאַנען, איידער דער זיכערקייט פֿון די אויטאָס.
אין דעם קען מען, פֿאַרשטייט זיך, ניט בלויז באַשולדיקן די נײַעס אויף דער טעלעוויזיע, נאָר אויך די מענטשלעכע פּסיכאָלאָגיע. מענטשן האָבן ווייניקער מורא פֿאַר אויטאָס ווי אַעראָפּלאַנען, ווײַל מע האָט מער מורא פֿאַר זאַכן, וואָס מע פֿירט ניט (דעם אַעראָפּלאַן), ווי די זאַכן וואָס מע קאָן אַליין קאָנטראָלירן; דווקא די פֿאָר־מיטלען וואָס מיר אַליין פֿירן, אָבער, זענען מער געפֿערלעך ווי די, וואָס ווערן קאָנטאָרלירט דורך אַ קאָמאַנדע טרענירטע פּילאָטן. וואָס שייך געזונט־ענינים דאַרף מען דערמאָנען, אַז מענטשן האָבן אַ סך מער מורא פֿאַר זעלטענע קרענק, וואָס קומען אָן גאַנץ גיך און אָן קיין וואָרענונג („עבאָלאַ‟, טייטלעכע פּאַראַזיטן), ווי געוויינטלעכע כראָנישע פּראָבלעמען אַזוי ווי איבערוואָגיקייט אָדער צוקער־קרענק, וואָס ברענגען מענטשן אום במשך פֿון לאַנגע יאָרן.
מחמת די „נײַעס‟ אויף דער טעלעוויזע עקזיסטירן, דער עיקר, צו שאַפֿן געלט פֿאַר די וואָס פֿאַרמאָגן די טעלעוויזיע־פֿירמעס ווי CNN און „פֿאַקס־ניוז‟, און האָבן נאָר, ווי אַ צווייטער ציל, דאָס אינפֿאָרמירן דעם ברייטערן עולם, נוצן אויס די נײַעס־פּראָגראַמען די באַזונדערקייטן פֿון דער מענטשלעכער פּסיכאָלאָגיע, כּדי צוצוציִען וואָס גרעסער אַן עולם און אים צו האַלטן אָנגעשראָקן, פֿעסט צוגעבונדן צום טעלעוויזאָר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.