(די 2 טע זײַט פֿון 2)
פֿונדעסטוועגן, האָבן פֿילאָלאָגן, לערערס אין די ייִדישע שולן, מחברים פֿון לערנביכלעך אין פּוילן, ליטע, סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, אַמעריקע אאַז”וו זיך אונטערגענומען צו שאַפֿן הײַנטצײַטיקע טערמינען אויף אַ לײַטישן אופֿן. וואָס זשע הייסט דאָס? לאָמיר זען ווי אַזוי לײַטן שאַפֿן טערמינען.
טייל ווערטער גייען אַרײַן פֿיל־ווינציקער אין אַלע אייראָפּעיִשע לשונות — „ביאָלאָגיע“, „פֿיזיק“, „אַנטראָפּאָלאָגיע“ אד”גל. די ווערטער זענען אַרײַן אין ייִדיש מיטן אויפֿקום פֿון דער וויסנשאַפֿט, און קיינער, דאַכט זיך, האָט צו זיי גאָרנישט. אַנדערע קאַטעגאָריעס נײַשאַפֿונגען בשעתּו ווענדן זיך אינעם לשון: ענגליש, למשל — אַ וועלטשפּראַך, אויב נישט די וועלטשפּראַך מיטן הא־הידיעה, אָן אַ צענטראַלער אינסטאַנץ, נעמט פֿון דער פֿרעמד רעכטס און לינקס, אויבן און אונטן, אָדער שאַפֿט זיך ווערטער אָן אַ כּיוון. פֿראַנצייזיש, ווידער, אויך אַ וועלטשפּראַך, אָבער מיט אַ שפּראַך־אַקאַדעמיע און אַ מורא פֿאַר ענגליש, שאַפֿט זיך בכּיוון נײַע ווערטער — טייל נעמען זיך אָן, אַנדערע נישט. ס’איז אָבער זיכער נישט קיין טראַפֿזאַך וואָס אויף פֿראַנצייזיש זאָגט מען נישט „קאָמפּיוטער“, נאָר ordinateur, „פּראָגראַמוואַרג“ (software) איז logiciel און „קאָמפּיוטער־וויסנשאַפֿט“ איז גאָר informatique. דײַטשיש, ווידער, האָט, אַ פּנים, נישט קיין מורא פֿאַר ענגליש און נעמט איבער דערפֿון אָן אַ שיעור טערמינען, ספּעציעל אין שײַכות מיט קאָמפּיוטערס.
אַ טשיקאַווער פּרט וועגן פֿראַנצייזיש איז דאָס וואָס דער צוגאַנג אין פֿראַנקרײַך איז אַנדערש ווי אין קאַנאַדע: בשעת די פֿראַנצויזן, מיט זייער גאַנצן אומדרך־ארץ פֿאַר ענגליש, האָבן יאָ אַנטליגן אַ היפּש ביסל — אַ שטייגער, weekend און hot dog — האַלט מען אין קאַנאַדע בעסער פֿון פֿאַרמאַסקירן, פֿון קאַלקירן: דאָרטן זאָגט מען גאָר fin de semaine און chien chaud, ד”ה ‘וואָך־סוף’ און ‘הייסער הונט’ גאָר! אַבי מע פֿילט נישט, אַז ס’איז פֿון ענגליש, איז מען צופֿרידן.
פּויליש, וואָס האָט הונדערטער יאָרן מלוכישע פּראַקטיק, האָט זיך נישט אָפּגעהאַלטן פֿון לײַען ווערטער. נישט אומזיסט זאָגט מען אויף פּויליש אויף „האַנדל“ — handel און אויף „דאַך“ — dach. אויף פּויליש קען מען לייענען גאַנצע בענד וועגן לײַווערטער פֿון דײַטשיש. טשעכיש, ווידער, וואָס איז ביזן 20סטן י”ה געווען בלויז אַ קורצע צײַט אַ מלוכה־שפּראַך, האָט זיך געהיטן פֿאַר לײַווערטער. אין דער טשעכישער שמועסשפּראַך טרעפֿט מען יאָ אַ סך לײַווערטער פֿון דײַטשיש, אָבער אינעם ליטעראַרישן לשון — זייער־זייער ווינציק. איז „האַנדל“ obchod, „דאַך“ — střecha; אַפֿילו אויף „טעאַטער“ האָט מען אַן אייגן וואָרט, divadlo.
די אונטערשטע שורה: פֿון לײַען קען מען זיך נישט אויסהיטן און מע דאַרף נישט פּרוּוון; פֿונדעסטוועגן דאַרפֿן זיך קליינע קולטור־לשונות באַמיִען צו שטיין אויף די אייגענע שפּראַכיקע פֿיס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.