שטאָטישע לאַנדשאַפֿטן פֿון אַמעריקאַנער ייִדישקײט

Urban Landscapes of American Judaism

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published October 26, 2014, issue of November 21, 2014.

װאָס איז דער מקור פֿון ייִדישקײט אין אַמעריקע? װוּ און װי אַזױ איז געבױרן געװאָרן די אײגנאַרטיקע אַמעריקאַנער שיטה פֿון יודאַיִזם?

דער ענטפֿער, שרײַבט די היסטאָריקערין דבֿורה דאַש־מור אין איר נײַ בוך, איז די גרױסשטאָטישע סבֿיבֿה. דאָ איז אױסגעפֿורעמט געװאָרן אַ טאָפּלטער אַמעריקאַנער־ייִדישער מהות פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדנטום. און דאָס, טענהט די מחברין, איז דער אונטערשייד צווישן אַמעריקע און אײראָפּע. בעת אין אײראָפּע האָט די ייִדישע מיגראַציע פֿון שטעטלעך און דערפֿער אין די גרױסע שטעט אָפּגעשװאַכט די טראַדיציאָנעלע ייִדישקײט, האָבן די גרױסע אַמעריקאַנער שטעט געדינט װי אַ פֿרוכטבאַרער באָדן פֿאַר אַ נײַעם מין ייִדישקײט.

די פֿאַרקניפּונג צװישן ייִדן און דער גרױסער שטאָט, קודם־כּל, מיט ניו־יאָרק, זעט מען בפֿירוש ניט נאָר אין דער ייִדישער קולטור, אָבער אױך אינעם אַמעריקאַנער קולטורעלן הױפּטשטראָם. ייִדישע אימיגראַנטן, װאָס לרובֿ זײַנען זײ געקומען פֿון שטעטלעך, האָבן געדאַרפֿט צופּאַסן זײערע מינהגים און השׂגות צו די נײַע גרױסשטאָטישע באַדינגונגען. דערפֿאַר האָבן זײ געדאַרפֿט זוכן פּשרות מיטן נײַעם לעבנס־שטײגער: ענדערן זײערע בגדים, לאָזן זײערע קינדער גײן אין עפֿנטלעכע שולן און קאָלעדזשן, און צומאָל אַפֿילו אַרבעטן אום שבת און עסן טריף.

דער סאַמע בולטסטער סימן פֿון ייִדישן בײַזײַן אין דער שטאָט איז אַ שיל־בנין. אַזאַ בנין דאַרף זיך אַרײַנפּאַסן סטיליסטיש אין דער אַרומיקער שטאָטישער אַרכיטעקטור, אָבער אױך פֿאַרמאָגן אַן אײגענעם כאַראַקטער, װאָס לאָזט דערקענען ייִדישקײט. די אַנטװיקלונג פֿון דער אַמעריקאַנער שיל־אַרכיטעקטור שפּיגלט אָפּ סײַ די עװאָלוציע פֿון דער אַמעריקאַנער שטאָטישער לאַנדשאַפֿט פֿון דער קאָלאָניאַלער תּקופֿה ביזן הײַנטיקן פּאָסט־אינדוסטריאַלן מעטראָפּאָליס, סײַ די גילגולים פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישקײט. די אידעען פֿון דער אַמעריקאַנער רעװאָלוציע האָבן דערמוטיקט די ייִדן אַרײַנצוברענגען חידושים אין זײער טראַדיציאָנעלן שטײגער. זײ האָבן זיך געפֿילט ווי אַמעריקאַנער בירגער בײַגלײַך מיט פֿאַרשידענע קריסטלעכע שיטות.

אין אַמעריקע איז פֿאַראַן אַ היפּשע צאָל פֿאַרשידענע שיטות פֿון ייִדישקײט. רעפֿאָרמער, קאָנסערװאַטיװע, פֿרומע און סתּם ייִדן טרעפֿן זיך, טעגלעך, אױף די גאַסן פֿון די גרױסע שטעט מיט כּלערלײ מענטשן פֿון אַנדערע עטנישע און רעליגיעזע עדות. צום סוף 19טן יאָרהונדערט איז ניו־יאָרק געװאָרן די גרעסטע ייִדישע שטאָט אין דער װעלט. דאָ האָט זיך אױסגעפֿורעמט אַן אײגנאַרטיקער ייִדישער שטײגער, װאָס האָט משפּיע געװען אױף דעם פּנים פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדנטום. די מאָנומענטאַלע געבײַדעס פֿון רעפֿאָרמער טעמפּלען האָבן מודיע געװען דער גאַנצער װעלט, אַז די ייִדן זײַנען מצליח אין אַמעריקע; און פֿונקציאָנעל האָבן די דאָזיקע טעמפּלען און שילן געדינט פֿאַר אַנדערע צװעקן פֿון שטעטלדיקע בתּי־מדרשים און קלױזן. זײ זײַנען געװען מער ענלעך אױף קריסטלעכע קירכן: אַן אָרט צו דאַװענען; ניט צו פֿאַרברענגען און לערנען.

די קערן־געגנט פֿון אַמעריקאַנער ייִדישן לעבן איז געװען דער ניו־יאָרקער לאָוער־איסט־סײַד, װוּ עס האָט זיך לכתּחילה באַזעצט ס׳רובֿ אימיגראַנטן פֿון מיזרח־אײראָפּע. דװקא זײ האָבן געגעבן די ניו־יאָרקער גאַסן דעם אײגנאַרטיקן ייִדישן טעם: ייִדישע קראָמען, פּעדלערס, קלױזן, טעאַטערס און סװעטשאַפּן. דער אימאַזש פֿון דער ניו־יאָרקער ייִדישער גאַס האָט באַקומען אַ סימבאָלישן באַטײַט פֿאַר קינדער און אײניקלעך פֿון די ערשטע אימיגראַנטן נאָך דעם, װי זײ האָבן זיך אַריבערגעקליבן אין מער רחבֿותדיקע מקומות מיט שענערע דירות און בעל־הביתּישע הײַזער.

דער לעצטער טײל פֿון דבֿורה דאַש־מורס בוך באַהאַנדלט די פֿאָטאָגראַפֿישע שפּורן פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן ניו־יאָרק. די ערשטע אױסשטעלונג, װאָס האָט געװיזן די פּאָרטרעטן פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער גאַס פֿון ניו־יאָרק האָט זיך געעפֿנט אין 1966 אינעם ניו־יאָרקער ייִדישן מוזײ. זינט דעם זײַנען די פֿאָטאָגראַפֿישע אימאַזשן געװאָרן אַ װיכטיקער טײל פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער קולטורעלער ירושה. די דאָזיקע בילדער דערצײלן די געשיכטע אַנדערש פֿון די היסטאָרישע טעקסטן. די היסטאָריקער פֿון אַמעריקאַנער ייִדנטום האָבן אַ נטיה צו אַ גלאַטיקן סיפּור־המעשׂה פֿונעם ייִדישן דערפֿאָלג. אָבער אױף די פֿאָטאָגראַפֿיעס זעט מען ניט בלויז דערפֿאָלגן, נאָר אױך אַבֿדות: מידע אױסגעשעפּטע פּנימער, קױטיקע קלײנע אַלקערס, דלות און צרות.

די פֿאָטאָגראַפֿן האָבן געהאַט פֿאַרשידענע קינסטלערישע כּװנות און פּראַקטישע צילן, אָבער איצט בױען זײערע װערק אַן אַרומנעמיקע און פֿילזײַטיק־װיזועלע געשיכטע פֿונעם ייִדישן לעבן אין אַמעריקע אינעם 20סטן יאָרהונדערט. די דאָזיקע מקורים רעדן אַן אַנדער לשון פֿון טעקסטן און דאָקומענטן. זײ לאָזן זיך פֿאַרטײַטשן אױף פֿאַרשידענע אופֿנים, און זײער באַציִונג צום צושױער איז מער דירעקט און עמאָציאָנעל.

אַ װיכטיקע מעלה פֿונעם נײַעם בוך באַשטײט אינעם צונױפֿברענגען אָט די צװײ געשיכטעס — אין װאָרט און בילד. די ערשטע צװײ טײלן לײגן אױס די דערפֿאָלגרײַכע געשיכטע פֿונעם ייִדישן אײַננעם פֿון דער אַמעריקאַנער שטאָט. אמת, די דאָזיקע געשיכטע פֿון רעליגיעזער און סאָציאַלער אַדאַפּטאַציע איז אַ יוצא־מן־הכּלל אין דער לאַנגער ייִדישער געשיכטע פֿון ביטערן גלות. אָבער דער דריטער טײל קערט דעם לײענער צוריק דעם יחידישן גורל. פֿאַר יעדן דערפֿאָלג האָט מען באַדאַרפֿט באַצאָלן אַ געװיסן פּרײַז, װאָס איז צומאָל אױסגעמעקט געװאָרן פֿונעם „אָפֿיציעלן‟ היסטאָרישן נוסח, און בלױז שטומיקע שפּורן לאָזן זיך דערקענען אױף אַלטע פֿאָטאָגראַפֿישע פּאָרטרעטן.