שטאָטישע לאַנדשאַפֿטן פֿון אַמעריקאַנער ייִדישקײט

Urban Landscapes of American Judaism

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published October 26, 2014, issue of November 21, 2014.

װאָס איז דער מקור פֿון ייִדישקײט אין אַמעריקע? װוּ און װי אַזױ איז געבױרן געװאָרן די אײגנאַרטיקע אַמעריקאַנער שיטה פֿון יודאַיִזם?

דער ענטפֿער, שרײַבט די היסטאָריקערין דבֿורה דאַש־מור אין איר נײַ בוך, איז די גרױסשטאָטישע סבֿיבֿה. דאָ איז אױסגעפֿורעמט געװאָרן אַ טאָפּלטער אַמעריקאַנער־ייִדישער מהות פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדנטום. און דאָס, טענהט די מחברין, איז דער אונטערשייד צווישן אַמעריקע און אײראָפּע. בעת אין אײראָפּע האָט די ייִדישע מיגראַציע פֿון שטעטלעך און דערפֿער אין די גרױסע שטעט אָפּגעשװאַכט די טראַדיציאָנעלע ייִדישקײט, האָבן די גרױסע אַמעריקאַנער שטעט געדינט װי אַ פֿרוכטבאַרער באָדן פֿאַר אַ נײַעם מין ייִדישקײט.

די פֿאַרקניפּונג צװישן ייִדן און דער גרױסער שטאָט, קודם־כּל, מיט ניו־יאָרק, זעט מען בפֿירוש ניט נאָר אין דער ייִדישער קולטור, אָבער אױך אינעם אַמעריקאַנער קולטורעלן הױפּטשטראָם. ייִדישע אימיגראַנטן, װאָס לרובֿ זײַנען זײ געקומען פֿון שטעטלעך, האָבן געדאַרפֿט צופּאַסן זײערע מינהגים און השׂגות צו די נײַע גרױסשטאָטישע באַדינגונגען. דערפֿאַר האָבן זײ געדאַרפֿט זוכן פּשרות מיטן נײַעם לעבנס־שטײגער: ענדערן זײערע בגדים, לאָזן זײערע קינדער גײן אין עפֿנטלעכע שולן און קאָלעדזשן, און צומאָל אַפֿילו אַרבעטן אום שבת און עסן טריף.

דער סאַמע בולטסטער סימן פֿון ייִדישן בײַזײַן אין דער שטאָט איז אַ שיל־בנין. אַזאַ בנין דאַרף זיך אַרײַנפּאַסן סטיליסטיש אין דער אַרומיקער שטאָטישער אַרכיטעקטור, אָבער אױך פֿאַרמאָגן אַן אײגענעם כאַראַקטער, װאָס לאָזט דערקענען ייִדישקײט. די אַנטװיקלונג פֿון דער אַמעריקאַנער שיל־אַרכיטעקטור שפּיגלט אָפּ סײַ די עװאָלוציע פֿון דער אַמעריקאַנער שטאָטישער לאַנדשאַפֿט פֿון דער קאָלאָניאַלער תּקופֿה ביזן הײַנטיקן פּאָסט־אינדוסטריאַלן מעטראָפּאָליס, סײַ די גילגולים פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישקײט. די אידעען פֿון דער אַמעריקאַנער רעװאָלוציע האָבן דערמוטיקט די ייִדן אַרײַנצוברענגען חידושים אין זײער טראַדיציאָנעלן שטײגער. זײ האָבן זיך געפֿילט ווי אַמעריקאַנער בירגער בײַגלײַך מיט פֿאַרשידענע קריסטלעכע שיטות.

אין אַמעריקע איז פֿאַראַן אַ היפּשע צאָל פֿאַרשידענע שיטות פֿון ייִדישקײט. רעפֿאָרמער, קאָנסערװאַטיװע, פֿרומע און סתּם ייִדן טרעפֿן זיך, טעגלעך, אױף די גאַסן פֿון די גרױסע שטעט מיט כּלערלײ מענטשן פֿון אַנדערע עטנישע און רעליגיעזע עדות. צום סוף 19טן יאָרהונדערט איז ניו־יאָרק געװאָרן די גרעסטע ייִדישע שטאָט אין דער װעלט. דאָ האָט זיך אױסגעפֿורעמט אַן אײגנאַרטיקער ייִדישער שטײגער, װאָס האָט משפּיע געװען אױף דעם פּנים פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדנטום. די מאָנומענטאַלע געבײַדעס פֿון רעפֿאָרמער טעמפּלען האָבן מודיע געװען דער גאַנצער װעלט, אַז די ייִדן זײַנען מצליח אין אַמעריקע; און פֿונקציאָנעל האָבן די דאָזיקע טעמפּלען און שילן געדינט פֿאַר אַנדערע צװעקן פֿון שטעטלדיקע בתּי־מדרשים און קלױזן. זײ זײַנען געװען מער ענלעך אױף קריסטלעכע קירכן: אַן אָרט צו דאַװענען; ניט צו פֿאַרברענגען און לערנען.