ליפּא שמעלצער — אַ סטודענט אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט

Lipa Schmeltzer Hitting the Books at Columbia U

ליפּא שמעלצער ענטפֿערט די פֿראַגעס פֿון ד״ר אַגי לעגוטקאָ בעת דער טרעפֿונג אינעם „דויטשעס האַוס‟
ליפּא שמעלצער ענטפֿערט די פֿראַגעס פֿון ד״ר אַגי לעגוטקאָ בעת דער טרעפֿונג אינעם „דויטשעס האַוס‟

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published October 27, 2014, issue of November 21, 2014.

אויפֿן קאַמפּוס פֿון קאָלומביע־אוניווערסיטעט האָט זיך צום האַרבסט־זמן 2014 פֿאַרשריבן אַ נײַער סטודענט: דער שטערן פֿון דער חסידישער מוזיק — ליפּא שמעלצער.

בשעת ער אַרבעט שווער פֿאַר זײַנע צוויי קורסן — אַן אינטענסיווער ענגליש־קלאַס און אַ קלאַס וועגן טעאַטער־פֿאָרשטעלונג — האָט ער אויך אָנגעקניפּט אַ פֿאַרבינדונג מיטן ייִדיש־אָפּטייל פֿון קאָלומביע, און איז פֿאַראַכטאָגן מיטוואָך טאַקע אויפֿגעטראָטן אויפֿן קאַמפּוס, פֿאַר אַן עולם פֿון ייִדיש־סטודענטן, יונגע פֿאַרערער פֿון דער חסידישער וועלט, און סתּם ליבהאָבער פֿון ייִדיש. ער האָט דערציילט וועגן זײַנע געפֿילן און איבערלעבונגען ווי אַ חסיד אין אַ סעקולערן אוניווערסיטעט, און אויך געזונגען עטלעכע ייִדישע לידער, באַגלייט פֿון אַ גרופּע מוזיקער. אַ הויכפּונקט פֿונעם אָוונט איז געווען אַ ליד, וואָס ליפּא האָט לעצטנס צוגעטראַכט, אויפֿן סמך פֿון זײַן פֿריִערדיקן שלאַגער, „דאָס פּינטעלע ייִד‟, נאָר מיט אַ נײַעם קנייטש — „דאָס פּינטעלע ייִדיש‟:

דאָס פּינטעלע ייִדיש וועט אייביק בלײַבן
און וועט אייביק ברענען
דאָס קען מען פֿון אונדז נישט פֿאַרטרײַבן
ווי אַזוי מיר זענען.

אוי דאָס פּינטעלע ייִדיש,
אוי דאָס פּינטעלע ייִדיש…

CREDIT: MICHAL OLOWNIA

דעם אָוונט מיט ליפּא שמעלצער, וואָס איז פֿאָרגעקומען אינעם „דויטשעס האַוס‟ פֿון קאָלומביע, האָט אָרגאַניזירט ד״ר אַגי לעגוטקאָ, די לערערין פֿון די ייִדישע שפּראַך־קורסן אינעם אוניווערסיטעט, ווי אַ טייל פֿון דער סעריע, „פֿאַרברענגט מיט אַ ייִדיש־שטערן‟ [Meet a Yiddish Celebrity]. די פֿריִערדיקע געסט אין דער סעריע זענען געווען די צוויי אַקטיאָרן, אַלען ריקמאַן און יעלענע שמולענסאָן, פֿונעם באַרימטן פֿילם פֿון די קאָען־ברודער, A Serious Man, און די „דיוואַ‟ פֿון ייִדישן טעאַטער — עלענאָר ריסאַ.

בעת דעם אָוונט האָט לעגוטקאָ געשטעלט ליפּאן אַ ריי פֿראַגעס, וואָס ער האָט אויף זיי געענטפֿערט מיט געפֿיל און הומאָר — צו ערשט, אויף ייִדיש, און דערנאָך איבערגעזעצט אויף ענגליש, כּדי די אָנהייבער פֿון לעגוטקאָס ייִדיש־קלאַס זאָלן אויך פֿאַרשטיין. פֿאַר די סטודענטן איז די אונטערנעמונג געווען אַ גאָלדענע געלעגנהייט צו הערן דעם „היימישן‟ חסידישן ייִדיש פֿון אַ געניטן דערציילער און פֿאַרווײַלער, און פֿאַר ליפּאן — איז עס געווען אַ מיטל אויסצודריקן זײַנע געפֿילן וועגן, סוף־כּל־סוף, מקיים זײַן אַ חלום: שטודירן אין אַן אָנגעזעענעם אוניווערסיטעט ווי קאָלומביע.

„אַנדערע זאָגן: ׳איך האָב אַ דיפּלאָם פֿון קאָלומביע!׳ — האָט ער הויך דערקלערט — אָבער מיר איז גוט פּשוט צו זײַן אין קאָלומביע!‟ דער עולם האָט רעאַגירט מיט אַפּלאָדיסמענטן.

ליפּא שמעלצער איז אַ גרויסער שטערן אין די חסידישע און חרדישע קרײַזן, און ווערט אַ מאָל באַצייכנט ווי דער „ליידי גאַגאַ פֿון דער חסידישער מוזיק‟. צווישן די יאָרן 1999 און 2014 האָט ער אַרויסגעלאָזט 13 אַלבומען.

זײַן פּאָפּולאַריטעט צווישן דער חסידישער יוגנט, און בפֿרט זײַן צונויפֿוועבן טראַדיציאָנעלע חסידישע מעלאָדיעס מיט הײַנטצײַטיקע מוזיקאַלישע סטילן, האָט מיט דער צײַט אָבער אַרויסגערופֿן אַ שאַרפֿע קריטיק מצד די רביים און עסקנים פֿון דער קהילה, און אין פֿעברואַר 2008, האָבן זיי אַרויסגעלאָזט אַן איסור קעגן ליפּאס אַ קאָנצערט, וואָס האָט געזאָלט פֿאָרקומען אין „מאַדיסאָן סקווער גאַרדען‟, דערקלערנדיק, אַז קיינער טאָר נישט גיין אָדער אויפֿטרעטן בײַם קאָנצערט. דערצו האָט מען פֿאַרווערט דעם עולם אָנצושטעלן די זינגער פֿאַר זייערע שׂימחות און צדקה־אונטערנעמונגען. נישט־וועלנדיק, האָט שמעלצער אַנולירט דעם קאָנצערט — אַ שריט, וואָס האָט גורם געווען אַ פֿאַרלוסט פֿון $700,000 בײַ דער ישׂראלדיקער צדקה־אָרגאַניזאַציע, וואָס האָט עס פֿינאַנצירט.

דער איסור האָט אָבער געהאַט אַ פֿאַרקערטן עפֿעקט: ליפּא איז נאָך דעם געוואָרן נאָך מער פּאָפּולער.

דער מוזיקאַלישער „חרם‟ קעגן ליפּא איז געווען אַ גרויסער קלאַפּ פֿאַר אים, און הײַנט דערקלערט ער עס זייער פּשוט: „ס׳איז זיי נישט געפֿעלן געוואָרן, וואָס אַ ייִד מיט פּאות זינגט ׳ראַפּ׳.‟

זײַן לערנען אין קאָלומביע האָט, אַוודאי, אויך אַרויסגערופֿן קריטיק מצד דער קהילה. „בײַ זיי איז מײַן גיין אין קאָלומביע אַ האַלבע עבֿירה,‟ האָט ליפּא געזאָגט, און דערנאָך מיט אַ שמייכל צוגעגעבן: „כ׳וויל נישט זאָגן אַ גאַנצע עבֿירה, ווײַל איך וויל דאָ קיינעם נישט באַליידיקן!‟

נאָך לעגוטקאָס „אינטערוויו‟ מיט ליפּאן, האָט זי געמוטיקט אירע סטודענטן אין דעם עולם אַליין צו שטעלן דעם גאַסט פֿראַגעס אויף ייִדיש.

„ביסטו דער ערשטער אין דײַן משפּחה צו גיין אין אוניווערסיטעט?‟ — האָט געפֿרעגט איין סטודענטקע, שירה לערנער.

„ניין,‟ — האָט ער געענטפֿערט. — „איין שוועסטער איז געגאַנגען לערנען פּסיכאָלאָגיע אין קאָמיוניטי־קאָלעדזש אין מאָנסי.‟

אַ צווייטע סטודענטקע, חנה ראָזענווײַן, האָט זיך פֿאַרענטפֿערט, אַז זי קען זיך נישט אויסדרוקן אויף ייִדיש, האָט זי געשטעלט איר שאלה אויף ענגליש: „צי ווייסן די פּראָפֿעסאָרן ווער דו ביסט?‟

ליפּא האָט זיך צעשמייכלט און געענטפֿערט: „מײַן פּלאַן איז געווען, אַז ווען איך קום אַהער, וועל איך זײַן אַ סטודענט גלײַך ווי אַלע סטודענטן. דערווײַל האָט מײַן ענגליש־לערערין מיר שוין געזאָגט, אַז זי האָט מיך געזען אויף ׳יו־טוב׳, און אַ רעפּאָרטער פֿון דער Columbia Daily Spectator [די טאָג־צײַטונג פֿון קאָלומביע־אוניווערסיטעט] האָט מיך שוין אינטערוויויִרט פֿאַר אַן אַרטיקל.‟

אַחוץ זײַן פֿרייד בײַם שטודירן אין קאָלעדזש, האָט ליפּא אויך באַטאָנט זײַן נײַעם אינטערעס צו דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, און זײַן האָפֿענונג צו קאָנען שאַפֿן אַ בריק צווישן די מענטשן, וועלכע שטודירן און רעדן, ווי ער זאָגט, „אַ רײַכן ייִדיש‟, און וועלכע לייענען ייִדישע פּאָעזיע און ראָמאַנען, און דעם פּשוטן ייִדיש־רעדנדיקן חסידישן עולם.

„פֿון איין זײַט, זעט אויס, אַז בײַ די וואָס רעדן אַ רײַכן ייִדיש שטאַרבט עס אויס, אָבער דערווײַל איז דאָ אַ גאַנצע וועלט, וואָס רעדט ייִדיש,‟ — האָט ליפּא באַמערקט. „איך אַליין האָב הײַנט ממש 200 נעפֿיוס (פּלימעניקעס), וואָס רעדן נאָר ייִדיש. לויט ווי איך פֿאַרשטיי, רעדן הײַנט צווישן 60,000 און 70,000 חסידישע קינדער ייִדיש. איך וואָלט געוואָלט צוזאַמענברענגען די צוויי גרופּעס ייִדיש־רעדער.‟

בעת אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס‟ עטלעכע טעג נאָך דער אונטערנעמונג אין קאָלומביע, האָט ליפּא דערציילט, אַז זײַן אינטערעס צו דער ייִדישער שפּראַך און קולטור איז אינספּירירט געוואָרן אין אויגוסט, בעת ער האָט אויסגעפֿאָרשט, וועלכע קלאַסן ער זאָל נעמען. ער האָט זיך דערוווּסט, אַז עס קומט פֿאָר אַ „שפּראַכן־יריד‟, וווּ סטודענטן באַקענען זיך מיט די אָפּטיילן פֿון יעדער שפּראַך, האָט ער — אויף טשיקאַוועס — באַשלאָסן צו גיין גיבן אַ קוק.

„איך בין געגאַנגען פֿון טישל צו טישל, און זיך געפֿילט ווי אַ פֿרעמדער,‟ האָט ליפּא דערציילט. אָבער ווען ער איז פֿאַרבײַגעגאַנגען דעם ייִדיש־טיש, האָט ד״ר לעגוטקאָ אים גלײַך דערקענט און אָנגעהויבן רעדן צו אים אויף ייִדיש. אַ פֿאַרחידושטער, האָט ליפּא פֿאַרפֿירט מיט איר אַ שמועס.

„כ׳האָב געזען, אַז זי ׳פֿאַרקויפֿט׳ ייִדיש, און כ׳האָב הנאה געהאַט, ווײַל זי האָט מיך גלײַך געמאַכט שפּירן אין דער היים, פּונקט ווי אין די גוטע אַלטע צײַטן, ווען אַ ייִד פֿון אַרגענטינע וואָלט זיך געטראָפֿן מיט אַ ייִד אין מאַנהעטן, און זיך דערוווּסט, אַז מע קען רעדן אויף ייִדיש.‟

מיט עטלעכע וואָכן שפּעטער האָט ליפּא זיך באַוויזן אויף דער „קאַווע שעה‟ — אַ ייִדישער שמועס־קרײַז, וואָס לעגוטקאָ פֿירט יעדן חודש. דאָרט האָט ער זיך באַקענט מיט די ייִדיש־סטודענטן, און לעגוטקאָ האָט אים פֿאָרגעלייגט אויפֿצוטרעטן ווי דער ערשטער גאַסט פֿון „פֿאַרברענגט מיט אַ ייִדיש־שטערן‟ פֿונעם נײַעם זמן.

וואָס מער ער האָט גערעדט מיט לעגוטקאָ, אַלץ מער האָט ער געוואָלט וויסן וועגן דער באַוועגונג אויפֿצוהאַלטן ייִדיש. זיצנדיק איין מאָל אין דער „באָטלער־ביבליאָטעק‟ פֿון קאָלומביע, האָט ער געפֿונען לייען־מאַטעריאַל וועגן דעם יאָרן־לאַנגן פּאָליטישן קאַמף פֿאַר ייִדיש, בפֿרט אין די 1920ער יאָרן, ווען מע האָט נאָך געפֿירט אַ דעבאַטע, צי ייִדיש זאָל דערקלערט ווערן ווי „די‟ ייִדישע שפּראַך, צי „אַ‟ ייִדישע שפּראַך. דער גאַנצער ענין האָט אים פֿאַרכאַפּט.

„ווען איך בין אויפֿגעוואַקסן, האָב איך געמיינט, אַז ייִדיש איז בלויז אַ קליינע פֿרומע שפּראַך,‟ — האָט ער געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟. „ערשט איצט פֿאַרשטיי איך, אַז נאָכן חורבן, ווען איינער שלאָגט זיך פֿאַר דער ייִדישער שפּראַך, איז עס, ווײַל ער קעמפֿט פֿאַר די רעכט פֿון די זעקס מיליאָן ייִדן, וועלכע זענען אַרויפֿגעגאַנגען אין פֿײַער צוזאַמען מיט זייער קולטור — די פּאָעטן און די נאָוועליסטן.‟

ליפּא האָט זיך אַליין געוואָלט פֿאַרשרײַבן אויף אַ ייִדיש־קלאַס, אָבער נאָכן איבעררעדן עס מיטן הויפּט פֿונעם ייִדיש־אָפּטייל, דזשערעמי דאַובער, האָט ער באַשלאָסן, אַז ער וויל, צו ערשט, פֿאַרבעסערן זײַן ענגליש, איידער ער פֿאַרנעמט זיך מיט שטודירן ייִדיש.

מיט זײַנע פֿיר קינדער רעדט ער טאַקע ביידע שפּראַכן. „איר דאַרפֿט פֿאַרשטיין, אַז איך האָב תּמיד געציטערט, וואָס איך קען נישט קיין ענגליש,‟ — האָט ער דערקלערט. „איך וויל נישט, אַז מײַנע קינדער זאָלן אַזוי פֿילן.‟ ער טראַכט אָפֿט וועגן די נישט־רעאַליזירטע חלומות פֿון יענע, וועלכע האָבן נישט געקענט גענוג ענגליש און נישט געהאַט קיין וועלטלעכע דערציִונג. „כ׳וויל אַמאָל אָנשרײַבן אַ ליד וועגן די אַלע ייִדן, וואָס ליגן אין בית־עולם, און וועלכע וואָלטן אפֿשר געוואָרן דאָקטוירים און אַדוואָקאַטן, אָבער קיינער האָט זיי נישט געגעבן די געלעגנהייט.‟

פֿון זײַן קוקווינקל, קען מען רויִק אויפֿהאַלטן ביידע שפּראַכן אינעם טאָג־טעגלעכן לעבן. אינעם בית־מדרש, וואָס ער האָט געגרינדעט אין איירמאָנט, ניו־יאָרק — אַ שיל, וואָס איז „אָפֿן פֿאַר יעדן איינעם‟ — גיט ער זײַנע דרשות טאַקע אויף ייִדיש. „אין אָנהייב האָב איך געמיינט, אפֿשר זאָל איך גיבן די דרשות אויף ענגליש, אָבער דערנאָך האָב איך געקלערט, בעסער אויף ייִדיש, ווײַל דאָס איז אונדזער לשון.‟