(די 2 טע זײַט פֿון 2)
ווי סע זאָל נישט זײַן, איז די עקזיסטענץ אַליין פֿונעם מוזיי זייער וויכטיק. ער דערמאָנט די יונגע פּאָליאַקן, אַז דאָ, אויף דער זעלבער ערד, האָט געלעבט נאָך אַ פֿאָלק, חוץ זיי.
נאָר וואָס האָט „דזשערוזאַלעם פּאָסט‟ אָפּגעדרוקט אַן אַרטיקל מיטן לאַנגן טיטל: Poland seeks to reclaim forgotten past as haven for Jews through new museum.
הייסט עס, אַז פּוילן וויל ווערן נאָך אַ מאָל אַ מקום־מיקלט פֿאַר די ייִדן פֿון מערבֿ־אייראָפּע — אַ סימן, מען האָט דאָ געעפֿנט אַ נײַעם ייִדישן מוזיי.
ווי באַקאַנט, האָט דער פּוילישער קעניג, קאַזימיר דער גרויסער, געגעבן די ייִדן אַ סך פּריווילעגיעס, בשעת אין מערבֿ־אייראָפּע האָט מען זיי גערודפֿט. אין מערבֿ־אייראָפּע האָט דעמאָלט געבושעוועט די „שוואַרצע מגיפֿה‟, און ווי געוויינטלעך, האָט מען אין דעם באַשולדיקט די ייִדן, אַז זיי זענען כּלומרשט די סיבה פֿאַר דער עפּידעמיע. פּוילן איז דעמאָלט געווען אָפֿן פֿאַר דער ייִדישער אימיגראַציע.
דער אַרטיקל אין „זשערוזאַלעם פּאָסט‟ טענהט, אַז בשעת אין פּאַריז האָבן ייִדן מורא צו טראָגן אַ יאַרמולקע אויף דער גאַס, קענען אין פּוילן די פֿרומע ייִדן גיין אומגעשטערט. לאָמיר אָבער דערמאָנען אַ פֿאַקט, וואָס די ישׂראלדיקע צײַטונג אין דער ענגלישער שפּראַך האָט מסתּמא פֿאַרגעסן. פּאַריז און בריסל האָבן דאָס, וואָס וואַרשע האָט נישט — אַ גרויסע אַראַבישע געזעלשאַפֿט. אין בריסל זענען די אַראַבער געוואָרן כּמעט אַ האַלב פֿון דער באַפֿעלקערונג. די וואָס לאָזן די ייִדן נישט לעבן אין מערבֿ־אייראָפּע זענען נישט די אייראָפּעער פֿון דור־דורות, נאָר די נײַע אייראָפּעער, וואָס זענען נאָר וואָס געקומען פֿון דער איסלאַמישער וועלט. די סיבה, וואָס מען טשעפּעט נישט די ייִדן אויף דער גאַס אין וואַרשע האָט מסתּמא צו טאָן מיטן פֿאַקט וואָס פּוילן איז דערווײַל נאָך נישט געוואָרן קיין אימיגראַציע־לאַנד פֿאַר די אַראַבער. מיטן עפֿענען אַ ייִדישן מוזיי האָט עס מסתּמא אַ קליינעם שײַכות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.