נישט געקוקט אויפֿן רעגן, איז דער נײַער ספּאָרט־סטאַדיאָן פֿון דער „שעק-הילל טאָגשול‟, דרום־פֿלאָרידע, געווען געפּאַקט בײַם ספּעציעלן פֿוטבאָל־מאַטש לכּבֿוד די געוועזענע תּלמידים פֿון דער שול.
דאָס איז דאָס ערשטע מאָל אין איר 44־יאָריקער געשיכטע, וואָס „שעק־הילל‟ — אַ שול מיט 1,070 תּלמידים, פֿון פֿאָרשול ביזן צוועלפֿטן קלאַס — פֿאַרמאָגט איר אייגענעם סטאַדיאָן. די אײַנריכטונג איז אַ טייל פֿון אַ כּוללדיקער פֿאַרגרעסערונג פֿון דער שול — אַ פּראָיעקט, וואָס דאַרף אָפּקאָסטן 22 מיליאָן דאָלער. דער בוי־פּראָיעקט נעמט אויך אַרײַן אַ נײַעם אַקאַדעמישן בנין פֿאַר די עלטערע תּלמידים, אויסגעשטאַט מיט לאַבאָראַטאָריעס, אַ ביבליאָטעק און מעדיאַ־צענטער.
לויט מאַרטי שעק, דעם פֿאָרזיצער פֿונעם רעמאָנט־קאָמיטעט, וועלן די אַטלעטישע אײַנריכטונגען אָפּקאָסטן צווישן 10 און 12 מיליאָן דאָלאַר. ביז איצט איז דאָס אינוועסטירן אַזוי פֿיל געלט אין ספּאָרט געווען אַ זעלטענע זאַך בײַ ייִדישע טאָגשולן. „שעק הילל‟ האַלט אָבער, אַז ס׳איז כּדאַי אויסצוגעבן אַזוי פֿיל אויף ספּאָרט־אײַנריכטונגען, ווײַל דאָס קאָן צוציִען מער תּלמידים.
אַנדערע טאָגשולן אינעם לאַנד זענען אויך געקומען צו דער זעלבער השערה. אין היוסטאָן, טעקסאַס, למשל, האָט די „עמערי/ווינער טאָגשול‟ אויסגעגעבן 5 מיליאָן דאָלאַר אויף נײַע ספּאָרט־ און געניטונג־אײַנריכטונגען, אַרײַנגערעכנט אַ גרויס ספּאָרטפֿעלד. די „גדעון־האַוזנער ייִדישע טאָגשול‟ אין פּאַלאָ־אַלטאָ, קאַליפֿאָרניע בויט אויך אַ ספּאָרטפֿעלד און אַ צענטער פֿאַר אַטלעטישע, קונסט־ און מוזיק־אַקטיוויטעטן, וואָס דאַרף קאָסטן 13 מיליאָן דאָלאַר.
„מיר קאָנקורירן נישט בלויז מיט אַנדערע ייִדישע טאָגשולן, אָבער אויך מיט פּריוואַטע שולן אין אַלגעמיין,‟ האָט שעק געזאָגט.
„אָפֿט מאָל, ווען עלטערן קלערן, צי זיי זאָלן שיקן זייערע קינדער אין אַ ייִדישער טאָגשול, קומט אויך אַרײַן די שאלה: ׳וואָס וועלן מיר דערבײַ פֿאַרלירן?׳‟ האָט דערקלערט גאַרי ווײַסערמאַן, אַ געוועזענער אַדמיניסטראַטאָר פֿון „שעק־הילל‟, וועלכער דינט איצט ווי דער מנהל פֿון די „מילקען ייִדישע טאָגשולן‟ אין לאָס־אַנדזשעלעס. „פֿאַר וואָס זאָלן די קינדער פֿון אַן אָנגעזעענער ייִדישער טאָגשול נישט האָבן די זעלבע געלעגנהייטן, ווי די תּלמידים פֿון אַ נישט־ייִדישער פּריוואַטער שול?‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.