„מאַמע־לשון‟ קערט זיך אום קײן קראָאַטיע

Mame Loshn Returns to Croatia

ד״ר גאַבריִעלאַ „גאַבי‟ אַבראַמאַץ
ד״ר גאַבריִעלאַ „גאַבי‟ אַבראַמאַץ

פֿון מיכאל מאַסאַרסקי

Published November 02, 2014, issue of November 21, 2014.

מיט אַ צײַט צוריק האָט אָנגעהױבן אַרבעטן אין דער הױפּטשטאָט פֿון קראָאַטיע „דער זאַגרעבער ייִדיש־קרײַז‟, אָרגאַניזירט פֿון ד״ר גאַבריִעלאַ „גאַבי‟ אַבראַמאַץ (Gabriela Abramac), בשותּפֿות מיט דער אָרטיקער „בית־ישׂראל‟־קהילה. די ערשטע זיצונגען פֿון אָט דעם ייִדיש־קלוב זײַנען שױן פֿאָרגעקומען אינעם קהילה־בנין אױפֿן מאַזשוראַניטשעװ־פּלאַץ.

לױט דער אינפֿאָרמאַציע, װאָס איך האָב באַקומען דירעקט פֿון גאַבי אַבראַמאַץ, װי אױך די ידיעות, פֿאַרעפֿנטלעכט אין אײניקע קראָאַטיש־שפּראַכיקע אינטערנעץ־אױסגאַבעס, איז דער דאָזיקער פּראָיעקט כּולל אַ קורס פֿון ייִדיש־לימודים און אַ ציקל אינטעראַקטיװע לעקציעס װעגן דער ייִדישער שפּראַך און איר געשיכטע; װעגן דער געשיכטע פֿונעם אַשכּנזישן ייִדנטום, דער ייִדישער ליטעראַטור, קונסט און מוזיק. מע פּלאַנירט אױך צו װײַזן קינאָ־פֿילמען און דורכפֿירן קאָנצערטן, פֿאַרבונדן מיט דער דאָזיקער טעמאַטיק. אַגבֿ, װעט אין נאָװעמבער אױפֿטרעטן פֿאַרן קלוב־עולם אַ כּליזמר־קאַפּעליע פֿון בודאַפּעשט.

גאַבי אַבראַמאַץ (כ’האָב זיך מיט איר באַקענט אין יולי 2013 בײַ אײנער פֿון די ייִװאָ־אונטערנעמונגען דאָ אין ניו־יאָרק) איז באַשעפֿטיקט אין די געביטן פֿון לינגװיסטיק, פּעדאַגאָגיק און אינטערנאַציאָנאַלע באַציִונגען. אין לינגװיסטיק ספּעציאַליזירט זי זיך אין ייִדישע לשונות. אױף דער אינטערנעץ, קען מען לײענען אירע אַרטיקלען װעגן ייִדיש, לאַדינאָ, ייִדיש־איטאַליעניש, די שפּראַכן פֿון בוכאַרישע און קאַװקאַזער באַרג־ייִדן, און אַזױ װײַטער.

במשך פֿון עטלעכע יאָר האָט זי געלעבט אין ניו־יאָרק, װוּ זי האָט געאַרבעט פֿאַר דער „יו־ען‟, און שטודירט אינעם ניו־יאָרקער אוניװערסיטעט. פֿאַראַיאָרן האָט זי בײַם זאַגרעבער אוניװערסיטעט פֿאַרטײדיקט איר דאָקטאָראַט־דיסערטאַציע מיטן טיטל „די שפּראַך און אידענטיטעט פֿון דער אָרטאָדאָקסישער ייִדישער געמײנדע אין ברוקלין‟. זי איז די דירעקטאָרין פֿון איר אײגענער שפּראַכן־שול אין זאַגרעב.