מיט אַ צײַט צוריק האָט אָנגעהױבן אַרבעטן אין דער הױפּטשטאָט פֿון קראָאַטיע „דער זאַגרעבער ייִדיש־קרײַז‟, אָרגאַניזירט פֿון ד״ר גאַבריִעלאַ „גאַבי‟ אַבראַמאַץ (Gabriela Abramac), בשותּפֿות מיט דער אָרטיקער „בית־ישׂראל‟־קהילה. די ערשטע זיצונגען פֿון אָט דעם ייִדיש־קלוב זײַנען שױן פֿאָרגעקומען אינעם קהילה־בנין אױפֿן מאַזשוראַניטשעװ־פּלאַץ.
לױט דער אינפֿאָרמאַציע, װאָס איך האָב באַקומען דירעקט פֿון גאַבי אַבראַמאַץ, װי אױך די ידיעות, פֿאַרעפֿנטלעכט אין אײניקע קראָאַטיש־שפּראַכיקע אינטערנעץ־אױסגאַבעס, איז דער דאָזיקער פּראָיעקט כּולל אַ קורס פֿון ייִדיש־לימודים און אַ ציקל אינטעראַקטיװע לעקציעס װעגן דער ייִדישער שפּראַך און איר געשיכטע; װעגן דער געשיכטע פֿונעם אַשכּנזישן ייִדנטום, דער ייִדישער ליטעראַטור, קונסט און מוזיק. מע פּלאַנירט אױך צו װײַזן קינאָ־פֿילמען און דורכפֿירן קאָנצערטן, פֿאַרבונדן מיט דער דאָזיקער טעמאַטיק. אַגבֿ, װעט אין נאָװעמבער אױפֿטרעטן פֿאַרן קלוב־עולם אַ כּליזמר־קאַפּעליע פֿון בודאַפּעשט.
גאַבי אַבראַמאַץ (כ’האָב זיך מיט איר באַקענט אין יולי 2013 בײַ אײנער פֿון די ייִװאָ־אונטערנעמונגען דאָ אין ניו־יאָרק) איז באַשעפֿטיקט אין די געביטן פֿון לינגװיסטיק, פּעדאַגאָגיק און אינטערנאַציאָנאַלע באַציִונגען. אין לינגװיסטיק ספּעציאַליזירט זי זיך אין ייִדישע לשונות. אױף דער אינטערנעץ, קען מען לײענען אירע אַרטיקלען װעגן ייִדיש, לאַדינאָ, ייִדיש־איטאַליעניש, די שפּראַכן פֿון בוכאַרישע און קאַװקאַזער באַרג־ייִדן, און אַזױ װײַטער.
במשך פֿון עטלעכע יאָר האָט זי געלעבט אין ניו־יאָרק, װוּ זי האָט געאַרבעט פֿאַר דער „יו־ען‟, און שטודירט אינעם ניו־יאָרקער אוניװערסיטעט. פֿאַראַיאָרן האָט זי בײַם זאַגרעבער אוניװערסיטעט פֿאַרטײדיקט איר דאָקטאָראַט־דיסערטאַציע מיטן טיטל „די שפּראַך און אידענטיטעט פֿון דער אָרטאָדאָקסישער ייִדישער געמײנדע אין ברוקלין‟. זי איז די דירעקטאָרין פֿון איר אײגענער שפּראַכן־שול אין זאַגרעב.
בעתן פֿאַרװירקלעכן דעם דאָזיקן ייִדיש-פּראָיעקט, נוצט גאַבי סײַ אירע קענטענישן פֿון „מאַמע־לשון‟, אַרײַנגערעכנט די, װאָס זי האָט באַקומען בײַם אַרבעטן מיט די ברוקלינער חסידים און בײַ די ייִװאָ־קורסן פֿון ייִדיש; סײַ איר רײַכע לערערײַ־דערפֿאַרונג, אָנגעזאַמלט אין דער שפּראַכן־שול אין פֿאַרלױף פֿון די לעצטע פֿופֿצן יאָרן. אױסער דעם, װעט זי פֿאַרבעטן נאָך אַנדערע לעקטאָרן אױפֿצוטרעטן מיט זײערע רעפֿעראַטן פֿאַר אירע סטודענטן. זי פּלאַנירט אױך צו באַנוצן זיך מיט די דיגיטאַליזירטע מאַטעריאַלן און אוידיאָ־ און װידעאָ־רעקאָרדירונגען, װעלכע זײַנען בנימצא אין „ייִװאָ‟ און אינעם ייִדישן ביכער־צענטער אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס.
פֿאַר דער חורבן־תּקופֿה, האָבן געלעבט אין זאַגרעב אַן ערך עלף טױזנט ייִדן, איבערהױפּט אַשכּנזים. עס האָבן פֿונקציאָנירט דעמאָלט אין דער שטאָט אַ סך ייִדישע רעליגיעזע און געזעלשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציעס. נאָר אַ פֿערטל פֿון דער אָרטיקער ייִדישער באַפֿעלקערונג האָט איבערגעלעבט די צװײטע װעלט־מלחמה. הײַנט וווינען דאָרט אַרום אָנדערהאַלבן טױזנט ייִדישע נפֿשות, און עס זײַנען טעטיק דרײַ קהילות. לױט גאַבי, איז ייִדיש קײנמאָל ניט געװען די עיקר־שפּראַך פֿון די ייִדן אין זאַגרעב. עס פֿלעגן אָבער לעבן דאָרט אַ היפּש ביסל ייִדיש־רעדנדיקע משפּחות און יחידים.
און אָט איצטער איז דער טרױם פֿון גאַבי אַבראַמאַץ — אומצוקערן די שטאָט אױף דער מאַפּע פֿונעם הײַנטיקן אײראָפּעיִשן „ייִדישלאַנד‟ — מקוים געװאָרן. איז לאָמיר װינטשן איר הצלחה אין דער דאָזיקער אונטערנעמונג, ווי און אױך אין אַלע אירע קומענדיקע טעטיקײטן, פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער שפּראַך־װיסנשאַפֿט און ייִדישער קולטור.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.