ניט אַהין און ניט אַהער

Neither Here Nor There


פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published November 02, 2014, issue of November 21, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 3)

מע קען נאָך לאַנג איבערדערצײלן די אין־סופֿיקע קריגערישע דיאַלאָגן צװישן מײַן געװיסן און זכּרון, נאָר דער עיקר איז, אַז הײַנט האָב איך אַ גרױסן ספֿק, צי כ’האָב בכלל געהאַט דאָס רעכט צו אָרגאַניזירן, צוגרײטן און ברענגען קײן ישׂראל אַ גוטע פּאָר טױזנט װױלע ייִדן.

קפֿיצת־הדרך אין עבֿר איז ניט לײַכטער פֿונעם קפֿיצת־הדרך אין דער צוקונפֿט, באַזונדערס װען עס האַנדלט זיך װעגן אַ גילגול פֿון אַ כּלי־שבֿור, װעגן בני־ישׂראל. און װען אַ גאַנץ פֿאָלק װערט פּלוצעם אַ “צעבראָכענע כּלי”, איז דאָס בכלל אַ פּוסטע מעשׂה צו זוכן כּללים און האָפֿן אָדער גלײבן אין פֿרײלעכע אָדער ליכטיקע נבֿואות־געדאַנקען פֿאַרן עתיד. אײגנטלעך, כּמעט אַלע נבֿואות זײַנען פֿאַרבונדן מיטן חורבן פֿון דער אָדער אַנדערער מלוכה, פֿון דעם אָדער אַנדער פֿאָלק. די “גרױסע” נבֿיאים פֿלעגן אָנקראַקען גרױסע צרות, און די “קלײנע” נבֿיאים – די מיטלמעסיקע צרות. די פֿעלקער האָבן זיך קײן מאָל ניט גענײטיקט אין אַ “נבֿואישער װיזיע”, כּדי תּשובֿה טאָן, אָדער אָפּקילן זײערע אַכזריותדיק־װילדע כּװנות און טאַטן. אױך מיט אַ “נבֿואישער װיזיע” אין די הערצער קענען זײ גאַנץ שײן “פֿאַרװילדערט” װערן.

דעם בידנעם ישעיהו הנבֿיא האָט מען דאָך זײער “פֿאָרזיכטיק און ליבלעך” צעזעגט אויף צװײען, און טאַקע אַ סך שפּעטער נאָכן ברענגען דעם פֿאָלק־ישׂראל זײַן נבֿואישע װיזיע. איך שטעל זיך פֿאָר, װאָס פֿאַר אַ מעשׂה װאָלט מיט זיך אָפּגעטאָן דער יונגער װױלהאַרציקער יהושע בן־יוסף פֿון בית־לחם, װען ער װאָלט געװוּסט פֿון פֿריִער, אַז לטובֿת זײַן “הײליקן” נאָמען װעלן די גױם אױסקױלען צענדליקער מיליאָנען פֿון זײַנע ברידער און שװעסטער.

אַ שאָד, וואָס ער האָט ניט געטאָן אַ קלײנעם קפֿיצת־הדרך און ניט געשטאַנען לעבן די “פֿרײַנדלעכע” אינקװיזיציע־שײַטערס, און ניט באַזוכט די “פּרעכטיקע קאַצעט־קוראָרטן” אין אײראָפּע. אַ שאָד, ישו הנוצרי, פּשוט אַ שאָד. אַפֿילו די סאַמע אָפּטימיסטישע און שׂימחותדיקע נבֿיאות זײַנען געװען און געבליבן ניט מער װי אַ שײנער חלום פֿון די װױלע בעלי־דמיון, אָדער בײזע משוגעים. די גרעסטע חכמים און די שטאַרקסטע דיקטאַטאָרן אױף דער װעלט האָבן ניט געקענט, קענען ניט און, ס’דאַכט זיך, װעלן קײן מאָל ניט קענען אױסמײַדן אַן אײנציקע ביטערע טרער פֿון אַ קינד, װאָס אין דער זעלבער מאָס איז גרייט אָנצונעמען סײַ דעם פֿאַרשטעלטן אמת און סײַ דעם אַנטפּלעקטן שקר, סײַ די װירקלעכקײט און סײַ דעם טרױם. איך פֿאַרשטײ, אַז מע קען זיך אײַנרעדן אַ קינד אין בױך, אָבער… נו, מילא… איז װאָס טױגן אונדז די אַלע נבֿיאות?.. זאָל איך אַזױ װיסן פֿון אונדזערע צרות.