„שׂפֿה יהודית‟ איז דער טײַטש ייִדיש

Speaking Jewish? You mean Yiddish?

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published November 06, 2014, issue of November 21, 2014.

דער אימפּעראַטאָר יאָזעף דער צווייטער, וועלכער האָט נישט ליב געהאַט ייִדיש, האָט עס פֿאָרט אָנערקענט ווי די אייגנאַרטיקע שפּראַך פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין עסטרײַך
Wiki Commons
דער אימפּעראַטאָר יאָזעף דער צווייטער, וועלכער האָט נישט ליב געהאַט ייִדיש, האָט עס פֿאָרט אָנערקענט ווי די אייגנאַרטיקע שפּראַך פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין עסטרײַך

ווי ס׳איז באַקאַנט, קאָן יעדער מענטש רעדאַקטירן די אַרטיקלען אין דער „וויקיפּעדיע‟, די אָפֿענע אינטערנעץ־ענציקלאָפּעדיע, וואָס אַנטוויקלט זיך צוליב דער קאָלעקטיווער זעלבסט־אָרגאַניזאַציע פֿון די באַטייליקטע. נישט געקוקט אויף דעם כּמו־הפֿקרדיקן כאַראַקטער, באַקומט זיך דער אַלגעמיינער רעזולטאַט נישט ערגער, ווי די טראַדיציאָנעלע ענציקלאָפּיעס, וואָס ווערן געשאַפֿן דורך אַ פֿאַרמאַכטן קרײַז פֿון פּראָפֿעסיאָנעלע מומחים.

עס ווײַזט אָבער אויס, אַז וואָס מער געבילדעטע מענטשן רעדן אויף אַ געוויסער שפּראַך אָדער זענען באַקאַנט מיט אַ געוויסער טעמע, אַלץ געשליפֿענער און פּינקטלעכער קומט אַרויס דער רעזולטאַט פֿון זייער קאָלעקטיווער רעדאַקציע — און פֿאַרקערט.

די וואָך האָב איך אַ ביסל פֿאַרבעסערט דעם אַרטיקל וועגן ייִדיש אין דער רוסישער וויקיפּעדיע, וווּ בײַם אָנהייב איז געווען דערקלערט די באַקאַנטע עם־הארצישע שיטה, לויט וועלכער ייִדיש איז בלויז אַ „דײַטשישער זשאַרגאָן‟. די מחברים האָבן זיך באַנוצט מיטן אומגעלומפּערטן אַרגומענט וועגן דעם נאָמען פֿון דער שפּראַך. כּלומרשט, האָבן די ייִדן ביזן פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט אַליין גערופֿן זייער לשון „טײַטש‟ אָדער „זשאַרגאָן‟, דערפֿאַר איז ייִדיש נישט קיין עכטע ייִדישע שפּראַך.

אַזאַ עקלדיקער אַרגומענט ווערט אויסגענוצט מצד די נאַציאָנאַליסטן פֿון פֿאַרשיידענע „גרויסע‟ אימפּערישע שפּראַכן. למשל, במשך פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, האָבן אַ סך אוקראַיִנישע קולטור־טוער גערופֿן זייער שפּראַך „קליין־רוסיש‟. דער אוקראַיִנישער קלאַסיקער טאַראַס שעווטשענקאָ האָט אינעם יאָר 1861 אַרויסגעגעבן אַן אוקראַיִנישן אַלף־בית פֿאַר קינדער; אויף דער הילע ווערט זײַן מאַמע־לשון געשילדערט ווי „דרום־רוסיש‟. דאָס האָט אָבער נישט געשטערט די אוקראַיִנער צו אַנטוויקלען זייער שפּראַך, הגם די שׂונאים באַטראַכטן זי נאָך אַלץ ווי אַ „רוסישן זשאַרגאָן‟.

די עלזאַסער ווייסן, אַז זייער שפּראַך איז אַ וואַריאַנט פֿון דײַטש, אָבער זיי אַליין רופֿן עס עלזאַסיש. די תּושבֿים פֿון בײַערן באַטראַכטן זייער שפּראַך ווי בײַעריש, וויסנדיק, אַז ס׳איז אַ דײַטשישער דיאַלעקט. ייִדן האָבן אויך געוווּסט, אַז זייער לשון־אַשכּנז געהערט צו דער זעלבער גערמאַניש־שטאַמיקער ספֿערע, ווי Deutsch, Dutch צי Diets. דאָס האָט זיי אָבער נישט געשטערט אָפּצוהיטן און אָפּצושאַצן זייער לשון.

אויפֿן שער־בלאַט פֿון דער ייִדישער איבערזעצונג פֿון הרבֿ מנשה בן ישׂראלס ספֿר „מקווה ישׂראל‟, פֿאַרעפֿנטלעכט אין אַמסטערדאַם אינעם יאָר 1691, שטייט געשריבן, אַז מע האָט עס איבערגעטײַטשט פֿון „לשון גויים אַשכּנזים‟ אויף „לשון יהודים אַשכּנזים‟. מיט 20 יאָר פֿריִער, האָט דער „וועד אַרבע אַרצות‟ געשילדערט ייִדיש אין איינעם פֿון זײַנע דאָקומענטן ווי „לשון־אַשכּנז, וואָס מענטשן ניצן‟.

דער גוייִשער דײַטש, הייסט עס, האָט פֿאַר די רבנים געקלונגען ווי עפּעס אַ מאָדנער וואַריאַנט פֿונעם „מענטשלעכן‟ היימישן מאַמע־לשון. פֿון זײַן צד, האָט דער דײַטשישער מיסיאָנער יאָהאַן כריסטאָף וואַגענזײַל אויך געטענהט, אַז ווען ייִדן רעדן, קומט עס אַרויס אינגאַנצן אומפֿאַרשטענדלעך, „ווי ריין לויטער העברעיִש‟. נאָך אינטערעסאַנטער האָט זיך אויסגעדריקט אַן אַנדער ייִדישער מחבר פֿונעם 17טן יאָרהונדערט, צעטיילנדיק דעם ייִדישן „לשון־אַשכּנז‟ און דעם קריסטלעכן „לשון־אַלעמאַניע‟.



Highlight or double-click any word to see its English translationxDon't show again
loading