(די 2 טע זײַט פֿון 2)
איך ווייס, אַז גאָר ניט אַלע האַלטן אַזוי ווי איך. נאָך מער: אַזוי האַלטן ניט, אפֿשר, ס’רובֿ מענטשן. און אייניקע מאַכן פֿון דעם אַ וועזן. מיר זעען עס זייער קלאָר אין דעם ענין פֿון מנחם זשיוואָטאָפֿסקי. מנחם איז אַן אַמעריקאַנער ייִדיש ייִנגל, וועמען ס׳איז באַשערט געווען זיך צו באַווײַזן אויף דער וועלט אין ירושלים. און ער וויל — און נאָך מער ווילן עס, ווי איך פֿאַרשטיי, זײַנע עלטערן — עס זאָל אין זײַן אַמעריקאַנער פּאַס שטיין געשריבן שוואַרץ אויף ווײַס, אַז זײַן היימשטאָט איז ירושלים, און אַז די דאָזיקע שטאָט געפֿינט זיך אין ישׂראל.
אַרום דעם דרייט זיך שוין לאַנג די מעשׂה: די זשיוואָטאָפֿסקיס ווילן, אַז ירושלים זאָל ווערן מאַרקירט ווי די שטאָט אין ישׂראל, און דער אַמעריקאַנער אויסערן־מיניסטעריום (מלוכה־דעפּאַרטאַמענט) וויל עס בשום־אופֿן ניט, ווײַל… — יעדער איינער פֿאַרשטייט די סיבה. אַגבֿ, דער אַמעריקאַנער קאָנגרעס האָט נאָך אין יאָר 2002 באַשלאָסן, אַז מע דאַרף דערלויבן אָנווײַזן ישׂראל אין די פּעסער פֿון די אַמעריקאַנער בירגער, וועלכע זײַנען געבוירן געוואָרן אין ירושלים.
אַזוי אַז דער קאָנפֿליקט איז ניט בלויז צווישן אַ ייִדישער משפּחה, וועלכע האָט זיך פֿאַרעקשנט, און דער אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע, וועלכע האָט זיך אויך פֿאַרעקשנט. דער ענין, וועלכער איז איצט אין די הענט פֿונעם העכסטן געריכט, האָט אַ טיפֿערן אינהאַלט, דהײַנו: וועמענס וואָרט איז אין דעם פֿאַל וואָגיקער — פֿונעם קאַנגרעס צי פֿון דער רעגירונג? אָט אַזאַ קאָפּ־דרייעניש האָבן די ריכטער און די אַדוואָקאַטן.
מיר דאַכט זיך, אַז פֿון דעם גאַנצן טאַראַראַם, מיט קלאָרע פּאָליטישע כּוונות פֿון ביידע צדדים, וועט גאָרנישט ניט אַרויסקומען. סײַדן די זשיוואָטאָפֿסקיס וועלן האָבן (און האָבן שוין) הנאה פֿונעם פּירסום אַרום זייער משפּחה. ניט דורך די ווערטער אין זייער זונס פּאַס וועלן געלייזט ווערן די פּראָבלעמען אין ישׂראל און אַרום ישׂראל.
אַגבֿ, ווי אַ מאַן פֿון אַ ביבליאָטעקאַרשע, ווייס איך, אַז — לויט די תּקנות פֿון דער ביבליאָטעק פֿון קאָנגרעס — זײַנען דאָ שטעט, פֿאַר וועלכע עס ווערט ניט אין די קאַטאַלאָגן אָנגעוויזן זייער מלוכישע אָנגעהעריקייט. דאָס זײַנען ירושלים און רוים. אפֿשר איז געקומען די ריכטיקע צײַט אָנצוהייבן אַ מישפּט אויך מיט דער ביבליאָטעק?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.