ס’האָט זיך גאָרנישט געביטן אויף דער ייִדישער גאַס אין אַמעריקע, נעמלעך, דער ייִדישער טעאַטער האָט דאָ אויפֿגעבליט און איז פֿאַרוויאַנעט געוואָרן.
נאָך אין 1808 האָט דער אַמעריקאַנער טעאַטער־קריטיקער לעאָ ווינער פֿאָרויסגעזאָגט, אַז אין „צען יאָר אַרום וועט ייִדיש זײַן טויט!‟ אין 1901 האָבן די ייִדישע קריטיקער אויך אין אַמעריקע דערקלערט: „דאָס ייִדישע טעאַטער איז געבויט אויף דרײַ זאַכן: אויפֿן עם־הארצות פֿון די דראַמאַטורגן! אויפֿן עם־הארצות פֿון די אַקטיאָרן! און אויפֿן עם־הארצות פֿון די צושויער!‟
די דאָזיקע רייד פֿון דעם אַמאָליקן קריטיקער זײַנען, צום באַדויערן, מקיים געוואָרן.
אסתר־רחל קאַמינסקאַ, די ערשטע דאַמע און די מוטער פֿון ייִדישן טעאַטער האָט נאָך אין יאָר 1892, זײַענדיק אין פּוילן, פֿאָרויסגעזאָגט: „ייִדיש טעאַטער איז טויט און אין צען אָדער אין צוואַנציק יאָר אַרום וועט עס שוין מער נישט עקזיסטירן.‟
דער אמת איז, אַז אירע רייד זײַנען נישט מקוים געוואָרן, דער ייִדישער טעאַטער אין ניו־יאָרק, פֿילאַדעלפֿיע, שיקאַגע און לאָס־אַנדזשעלעס האָט זיך ערשט צעבליט נאָכן אָנקום פֿון דרײַ מיליאָן ייִדן, וואָס זײַנען אַנטלאָפֿן אין 1881 פֿון די רוסישע פּאָגראָמען, דעם צאַרס מיליטער־דינסט און פֿונעם ייִדן־האַס.
געקומען אַהער איז ס’רוב פּראָסט פֿאָלק פֿון די שטעטלעך און ייִשובֿים, אַ סך פֿון זיי —פֿאַרגרעבט, אומגעבילדעט און אומגעהובליעוועט. זיי זײַנען אָבער געווען אויסגעהונגערט נאָכן ייִדישן וואָרט, זײַנען זיי געווען צוגעפֿלאָסן צום ייִדישן טעאַטער. דערציילט מען פֿון אַזאַ פֿאַרגרעבטן פּאַרשוין, וואָס איז אַמאָל צוגעקומען צו דער קאַסע, אַ פֿראַנט מיט אַ פֿאַרשפּיצטן קאַפּעליוש און האָט ווויליונגעריש אַ פֿרעג געטאָן:
„וואָס שפּילט מען הײַנט, צום לאַכן אָדער צום וויינען?‟
האָט אים דער קאַסירער געענטפֿערט:
„צום לאַכן! איר וועט הײַנט צעטראַסקעט ווערן פֿון געלעכטער, איר וועט זיך האַלטן בײַ די זײַטן, צעט (איר וועט) צעפּענקערט ווערן, צעשאָסן ווערן פֿון כאָכאָטשען, זאָמיר (אַזוי לאָמיר) אַזוי ביידע לעבן און געזונט זײַן!‟
דער פֿראַנט האָט זיך אײַנגעפֿונדעוועט אַ בילעט, אַרײַן אין טעאַטער און אָפּגעכראָפּעט די גאַנצע פּיעסע. בײַם אַרויסגיין איז דער יאַט צוגעקומען צו דער קאַסע, אָנגענומען דעם קאַסירער בײַם האַלדז און אַרויסגעשיפּעט צווישן די ציין:
„דו קודלעוואַטער פֿראַמפּאָל! אַ בראַנד פֿײַער אין דײַנע אינטעליגענטע לעפֿצן. יאַך בין אַ בלאַטער יאָלד און כאָמעך אַוועקגעזעצט אין אַ פֿינצטערער בודע פֿאַר מײַנע פּאָר זלאָטעס, אַז אויסגעריבן זאָלן דיר ווערן די הויזן פֿון שבֿעה זיצן… האָסט מיר צוגעזאָגט, אַז יאַך וועל צעטראַסקעט ווערן פֿאַר געלעכטער, בין יאַך אין דרינען אָפּגעשלאָפֿן די גאַנצע צײַט און אפֿילו נישט געגעבן קײַן שמײכל… אַ רוח אין דײַן געפּגרטער שטיפֿמאַמען אַרײַן, יאַך כאָ דאָך געגענעצט אויף אַלע כּלים, געמע (גיב מיר) צריק דוס געלט, אַנישט מאַך יאַך פֿון דיע קרעפּל־פֿלײַש!‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.