(די 2 טע זײַט פֿון 3)
בעת דעם בירגער־קריג האָבן אין קראַסנאָסטאַוו באַלעבאַטעוועט די פּאָליאַקן און דײַטשן, הײַדאָמאַקן און פּעטלוראָווצעס, די רויטע באַנדיטן פֿון בודיאָני און קאָטאָווסקי, וואָס יעדער פֿון זיי האָט געהאַלטן פֿאַר נייטיק צו פֿאַרגיסן ייִדיש בלוט. די ייִדישע זעלבשוץ האָט ווייניק געהאָלפֿן.
אין די אָנהייב 1930ער יאָרן, נאָכן גרינדן דעם ערשטן קאָלווירט, האָבן נישט ווייניק ייִדישע משפּחות פֿאַרלאָזט דאָס שטעטל. אַ טייל האָט זיך אײַנגעגעבן זיך אַרויסצורײַסן קיין פּאַלעסטינע און אַמעריקע, און די סאַמע געטרײַסטע אָנהענגער פֿון דער סאָוועטישער מאַכט האָבן זיך געלאָזט צו בויען אַ נײַ ייִדיש לעבן אין ביראָבידזשאַן. דעמאָלט האָט מען געזונגען דאָס לידל:
אַוועקגעפֿאָרן, אַוועקגעפֿאָרן יונגע יאַטן,
און מע האָט נאָר איבערגעלאָזט די מאַמע מיטן טאַטן…
שוין אין יענע 1930ער יאָרן האָט אָנגעהויבן צו פֿאַלן די צאָל ייִדישע אײַנוווינער פֿון קראַסנאָסטאַוו. די חסידישע דערציִונג האָט שוין קוים געזשיפּעט, און די מלמדים פֿלעגט מען נאָכפֿאָלגן און אַרעסטירן. די מורא פֿאַר דער מאַכט איז געוואַקסן, און דער אַלטער לעבנס־שטייגער פֿון „פֿירן אַ ייִדישע היים‟ איז גיך אונטערגעגאַנגען.
ווי אַ בײַשפּיל ברענג איך אַ פֿאַל, דערציילט פֿון מײַן זיידן. אַ יונג ווײַבל אין שטעטל האָט געהאַט אַ ייִנגעלע, האָט די „רויטע אַקטיוויסטקע‟ באַסיע פֿאָרגעלייגט עס אָנרופֿן מיטן נאָמען לענין, לכּבֿוד דעם גרויסן פּראָלעטאַרישן פֿירער. ווען די באָבע פֿונעם קינד האָט עס צעוויקלט, האָט זי פּלוצעם אָנגעהויבן שרײַען: „באַסיע, לענין האָט זיך באַפּישט!‟
אין 1941, ווען די דײַטשן זײַנען אָנגעפֿאַלן אויפֿן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, האָבן די עלטערע לײַט, וועלכע האָבן איבערגעלעבט די ערשטע וועלט־מלחמה, באַרויִקט זייערע שכנים, אַז די דײַטשן טשעפּען נישט די ייִדן. אין די קלאַנגען, וואָס זײַנען דערגאַנגען פֿון פּוילן, האָט מען נישט געגלייבט, געהאַלטן, אַז ס׳איז אַ פּראָוואָקאַציע; און די כוואַליע פּוילישע פּליטים, אין 1939, האָט אויסגעמיטן דאָס שטעטל. האָבן ס׳רובֿ קראַסנאָסטאַווער ייִדן באַשלאָסן זיך נישט צו רירן פֿון אָרט. נאָך מער: אַ טייל האָט זיך אַפֿילו אומגעקערט צוריק אין שטעטל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.