(די 3 טע זײַט פֿון 3)
די דײַטשן זײַנען אַרײַן אין קראַסנאָסטאַוו אין יולי חודש. באַלד איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן די פּאָליציי פֿון אָרטיקע אוקראַיִנישע קאַדרען, אין שפּיץ מיטן שיכּור און באַנדיט דעניס מאַזאַרטשוק. ס׳האָבן זיך אָנגעהויבן רויבערײַען, פֿאַרגלוואַלדיקונגען. דער לערער פּאָלעשטשוק, אַ קאָלאַבאָראַטאָר, האָט באַלד איבערגעגעבן זײַן ייִדישע פֿרוי מיט צוויי קינדער אין די הענט פֿון דער אָרטיקער מאַכט, וועלכע האָט זיי דערשאָסן.
דעם 7טן אויגוסט 1941 האָט מען צונויפֿגעטריבן אויפֿן מאַרקפּלאַץ 47 מענער, זיי אַוועקגעפֿירט אויף לאַסט־אויטאָס אין וואַלד, 20 קילאָמעטער פֿון קראַסנאָסטאַוו, און זיי דאָרט אויסגעהרגעט. ערשט אין די 1950ער יאָרן האָט זיך אײַנגעגעבן אויסצוזוכן זייער געביין און עס איבערפֿירן אויפֿן ייִדישן בית־עולם אינעם שטעטל ספּאַוווּט. בײַ די 40 מיידלעך האָט מען אַוועקגעפֿירט אין בערעזדאָוו אין אַ סאָלדאַטסקיער גאָרגיך, וווּ מ׳האָט זיך איבער זיי איזדיעקעוועט און דערנאָך דערשאָסן.
דעם 29סטן אויגוסט גאַנץ פֿרי האָט די פּאָליציי אַרויסגעטריבן אַלע ייִדן פֿון די הײַזער, אויסגעשטעלט זיי שורותווײַז און אַוועקגעטריבן אין וואַלד אַרײַן, נישט ווײַט פֿונעם דאָרף גוטאַ; בסך־הכּל 800 נפֿשות — בדרך־כּלל אַלטע לײַט, פֿרויען און קינדער, אַרומגערינגלט מיט דײַטשישע סאָלדאַטן און הינט. מ׳האָט זיי געצוווּנגען אויסצוגראָבן פֿאַר זיך גריבער, און דערנאָך, נישט אײַליק, צו קליינע גרופּעס אַלעמען דערשאָסן.
אין מאַרץ 1944 איז קראַסנאָסטאַוו באַפֿרײַט געוואָרן פֿון די נאַציס. דאָס גאַנצע ייִדישע האָב־און־גוטס האָבן צעשלעפּט די אָרטיקע אוקראַיִנישע שכנים. די לעבן־געבליבענע פֿונעם שטעטל האָבן זיך שוין אַהין מער נישט אומגעקערט; זיך באַזעצט אין די דרײַ שכנישע שטעט — סלאַוווּטע, שעפּעטאָווקע און נאָוואָגראַד־וואָלינסק.
אין די 1950ער יאָרן האָט מען אָנגעהויבן צו פֿאָרן אין קראַסנאָסטאַוו אויף קבֿר־אָבֿות. געטאָן האָט מען עס דעם לעצטן זונטיק פֿון חודש אויגוסט. ס׳האָט זיך שוין געהאַט אויסגעאַרבעט אַ מין מינהג: דאָס ערשטע איז מען געפֿאָרן אין וואַלד אין גוטאַ, וווּ מ׳האָט דערשאָסן ס׳רובֿ אײַנוווינער פֿונעם שטעטל; דערנאָך, דורכן דאָרף, צום אַלטן בית־עולם; געבראַכט מיט זיך דעם סלאַוווּטער רבֿ און דעם חזן. אין די יאָרן 1950־1970 פֿלעגט די נסיעה אָרגאַניזירן חיים בראָנפֿמאַן, און נאָך זײַן טויט האָט עס געטאָן זײַן זון.
איך בין געווען אין קראַסנאָסטאַוו אין 1990. דעמאָלט זײַנען אַ סך מענטשן געקומען פֿון נאָוואָגראַד־וואָלינסק — אויף אויטאָס, אויטאָבוסן, מיט קינדער. ווען מיר זײַנען געפֿאָרן איבערן דאָרף, האָבן די אָרטיקע פּויערים געקוקט אויף אונדז, אַרויסשטעקנדיק די קעפּ פֿון די הויכע פּלויטן. צווישן די אַלטע תּושבֿים זײַנען נאָך געווען אַזעלכע, וועלכע האָבן געדענקט און גערעדט ייִדיש.
ס׳רובֿ געוועזענע קראַסנאָסטאַווער ייִדן וווינען איצט אין ישׂראל, פֿאַראייניקטע שטאַטן און אויסטראַליע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.