(די 3 טע זײַט פֿון 3)
כאָדאַקיעוויטש זאָגט, אַז דאָס איז נאָך איין סימן פֿון וואַרשעס קולטורעלער אָפּגעזונדערטקייט פֿון אַלץ, וואָס קומט פֿאָר מחוץ אירע גרענעצן. „ווי תּמיד, איז פּוילן פֿאַרבליבן שרעקלעך צענטראַליזירט, און די ׳הויכע פֿענצטער׳ אין וואַרשע קוקן פּשוט אַראָפּ — באַוווּסטזיניק צי נישט־באַוווּסטזיניק — אויף די קלענערע שטעט,‟ האָט ער געזאָגט. דערפֿאַר איז זיי, אַ פּנים, נישט אַפֿילו אײַנגעפֿאַלן זיך צו פֿאַרבינדן מיט די לאָדזשער אינסטאַנצן וועגן קאַרסקיס משפּחה־לײַט.
קאָזשעלעווסקי־טשאַסקאַ האַלט אָבער, אַז די סיבה פֿאַר וואָס מע האָט נישט פֿאַרבעטן קאַרסקיס קרובֿים צו די צוויי צערעמאָניעס איז, ווײַל די פּאָליאַקן האָבן זייער געמישטע געפֿילן וועגן קאַרסקי גופֿא. „אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און ישׂראל איז ער גוט באַקאַנט, אָבער נישט אין פּוילן. מסתּמא איז דאָס צוליב זײַן עפֿנטלעך קריטיקירן סײַ דעם פּוילישן אַנטיסעמיטיזם, סײַ יענע פּאָליאַקן, וואָס זענען געשטאַנען אין אַ זײַט, בשעת מע האָט דורכגעפֿירט דעם חורבן [קעגן די ייִדן].‟
קאַרסקי איז בכלל געווען אַ קאָנטראָווערסאַלע פֿיגור בײַ די פּאָלאַקן, האָט כאָדאַקיעוויטש דערקלערט — נישט בלויז, ווײַל ער האָט אויפֿגעדעקט פֿאַר דער וועלט דעם פּוילישן אַנטיסעמיטיזם און דעם גלײַכגילט צום גורל פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, אָבער אויך צוליב אַנדערע פּאָליטישע סיבות.
„לכתּחילה האָט קאַרסקי זיך באַצייכנט ווי אַ פּוילישער פֿרײַהייט־קעמפֿער, און זײַן באַמיִונג צו ראַטעווען די ייִדן איז געווען בלויז אַ טייל דערפֿון,‟ האָט כאָדאַקיעוויטש דערקלערט. אָבער נאָך דער מלחמה איז ער געוואָרן אַ פֿאַרברענטער אַנטי־קאָמוניסט; ער האָט געמוזט פֿאַרלאָזן דאָס קאָמוניסטישע פֿאָטערלאַנד, און דערפֿאַר האָט מען אים נישט באַערט פֿאַר זײַנע העראָיִשע אַקציעס בעת דער מלחמה. ערשט ווען עלי וויזעל האָט זיך דערוווּסט וועגן אים, און אים עפֿנטלעך געלויבט פֿאַר זײַן מודיע זײַן דער וועלט וועגן דעם חורבן, האָט קאַרסקי אָנגענומען זײַן נײַע ראָלע, און געוואָרן אַלץ מער קריטיש צום פּוילישן אַנטאַגאָניזם לגבי די ייִדן.
„מיט דער צײַט האָט קאַרסקי אָנגעהויבן קלינגען ווי די ׳ניו־יאָרק טײַמס׳ און אַנדערע פּובליקציעס, וואָס דערלויבן בכלל נישט קיין אָפֿענע דעבאַטע‟ וועגן דעם ענין, אַנטיסעמיטיזם אין פּוילן, האָט כאָדאַקיעוויטש געזאָגט. „דערפֿאַר זענען אַ סך [פּוילישע] אָבסערוואַטאָרן געקומען צום אויספֿיר, אַז קאַרסקי האָט זיך אָנגעשלאָסן אינעם ׳כאָר׳ פֿון אַנטי־פּוילישער רעטאָריק.‟
קאָסאָבודסקי, פֿונעם „ייִדישן מוזיי‟, האַלט, אַז די דעבאַטעס וועגן קאַרסקי זענען פֿאַרשטענדלעך, ווען מע זעט זיי אינעם הײַנטיקן קאָנטעקסט. „פּוילן האָט צוריקבאַקומען דעמאָקראַטיע און וואָרט־פֿרײַהייט ערשט מיט 25 יאָר צוריק. הייסט עס, די דיסקוסיעס וועגן די ייִדן זענען בלויז דעמאָלט צוריק אַרויף אויפֿן סדר־היום: ווער ס׳האָט זיי געראַטעוועט, ווער ס׳האָט זיי פֿאַרראַטן, יעדוואַבנע… אַוודאי, איז תּמיד גרינגער צו באַערן די העלדן, איידער מודה צו זײַן, אַז נישט ווייניק פּאָליאַקן האָבן געטאָן שרעקלעכע זאַכן. אָבער איצט זענען ביידע עלעמענטן אַ טייל פֿונעם עפֿנטלעכן דיאַלאָג, און די פּוילישע הויכע באַאַמטע נעמען אַן אַקטיוון אָנטייל אינעם איבערגעבן אַלע אַספּעקטן פֿון דער פּויליש־ייִדישער געשיכטע.‟
יאַצעק וואָזניאַק, דער סעקרעטאַר פֿון דער „יאַן קאַרסקי געזעלשאַפֿט‟ (Jan Karski Society) — אַ נישט־רעגירונג־אָרגאַניזאַציע אין פּוילן, וואָס באַקעמפֿט אַנטיסעמיטיזם און ראַסיזם, זאָגט אויך, אַז אַ סך פּאָליאַקן פֿילן זיך נישט באַקוועם מיט קאַרסקיס פּראָטעסטן קעגן דעם פּוילישן אַנטיסעמיטיזם. „מיר פֿאַרשטייען אָבער נישט פֿאַר וואָס די משפּחה ווערט דערפֿאַר איגנאָרירט און אויסגעשלאָסן. אַ מענטש, געשיקט פֿון דער פּוילישער רעגירונג, וואָס איז נישט פֿון קאַרסקיס משפּחה, האָט נישט דאָס רעכט צו באַשליסן, ווי אַזוי מע זאָל אים, קאַרסקין, פֿאַרגעדענקען. איגנאָרירן זײַן משפּחה איז אַ דרך, וואָס פֿירט אין ערגעץ נישט.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.