מאָלט אײַך, אַז אין אַ חלום בין איך פֿאַרוואָגלט געוואָרן ערגעץ אין אַ פֿרעמד לאַנד און געמוזט כאַפּן אַ באַן. ס’לשון קען איך נישט, ווי אַזוי זשע דערוויס איך זיך וויפֿל ס’איז דער זייגער?
אין דעם לאַנד זענען געווען בלויז ציפֿערדיקע („דיגיטאַלע“ בלע״ז) זייגערס, אָן אַ ציפֿערבלאַט. איז דאָך גוט, טויג ערשט נישט: די ציפֿערן זענען נישט געווען אונדזערע: דאָס וואָס מיר רופֿן „אַראַבישע“ ציפֿערן זענען אין דער אמתן אינדישע. האָט זיך פּונקט געמאַכט, אַז אין יענעם פֿרעמדן לאַנד ניצט מען אמתדיקע אַראַבישע ציפֿערן, למשל: בײַ זיי אין „זיבן“ נישט 7, נאָר V…
וואָס זשע טוט מען? כ’לויף צו צום ערשטן מענטשן אין גאַס, ווײַז איך אָן אויף מײַן זייגערל, וואָס שטייט. ענטפֿערט ער מיר גאָר אויף מאַמע־לשון (ס’איז דאָך אַ חלום!): „וויפֿל ס’איז דער זייגער? כ’ווייס נישט, מײַן זייגער לויפֿט“. פֿרעג איך אַ צווייטן: „זײַט מיר מוחל, מײַן זייגער שטייט“. אַ דריטער: „מײַן זייגער קריכט“. אַ פֿערטער: „מײַן זייגער איז אַ פּגר“. לויף איך אויפֿן וואָקזאַל און… כ’וועק זיך אויף, ווייס איך נישט, צי כ’האָב באַוויזן צו דער באַן.
אפֿשר פֿאַלט קיינעם נישט אײַן צו פֿרעגן פֿון וואַנעט זייגערס האָבן זיך גענומען. זייגערס זענען נאָך געווען מיט טויזנטער יאָרן צוריק — די ערשטע זענען געווען זונזייגערס. מאָדערנע זייגערס, מיט אַן אומרו, שטאַמען פֿונעם 17טן יאָרהונדערט. אינעם 18טן י”ה האָט דער ענגלענדער דזשאָן העריסאָן אויסגעטראַכט אַ כראָנאָמעטער, אַ זייגער וואָס אַרבעט נישט מיט קיין אומרו, נאָר מיט קליינע געוויכטן, ער זאָל אַרבעטן אויפֿן ים. פֿון דעמאָלט אָן קען מען פֿאָרן ווײַט־ווײַט אויף אַ שיף און נישט פֿאַרבלאָנדזשען. ביז מיט אַ פּאָר צענדליק יאָר צוריק האָבן זייגערס געאַרבעט אויף ספּרוזשינעס, האָט מען זיי געמוזט אָנציִען, נאָר הײַנט אַרבעטן זיי אויף באַטעריעס.
בײַם הײַנטיקן טאָג, אָבער, ווערן זייגערס זעלטענער — צו וואָס טראָגן אַ זייגערל ווען דײַן מאָבילקע האָט אַ זייגערל, אַ וועקזייגער און וואָס איר ווילט נאָר הערן און געדענקען? פֿונדעסטוועגן טראָגן נאָך האַנטזייגערלעך אַזוינע אַלטפֿרענקישע ווי דער שרײַבער פֿון די שורות. ווער רעדט נאָך, אַז מײַן זייגער האָט אַ ציפֿערבלאַט! איין מאָל האָט מיך טאַקע אַ פֿרעג געטאָן אַ באַקאַנטער: צו וואָס דאַרפֿסטו אַ ציפֿערבלאַט ווען דו קענסט טראָגן אַ זייגערל מיט בלויז ציפֿערן? איז דער תּירוץ, אַז ס’איז אין תּוך אַרײַן גרינגער צו לייענען אַ ציפֿערבלאַט. און אַז מע פֿרעגט מיך וויפֿל ס’איז דער זייגער, ווילט זיך דען ענטפֿערן „זעקס דרײַ און פֿערציק“? חלילה! אַ סך גרינגער ענטפֿערט זיך „כּמעט דרײַ פֿערטל זיבן“, אָבער אַזאַן ענטפֿער באַקומט מען בלויז פֿון אַ ציפֿערבלאַט.
אויף מאַמע־לשון איז דער ענין טערמינאָלאָגיע זייער פּשוט: אַ גרויסער איז אַ זייגער, אַ קליינער — אויף דער האַנט — איז אַ זייגערל צי האַנטזייגער(ל); פֿאַראַן אַ זייגער אויף אַ קייטל און אַ קעשענע־זייגערל. אויף דער וואַנט הענגט אַ וואַנטזייגער; אויף אַ טורעם אויפֿן מאַרקפּלאַץ איז דאָ אַ שטאָטזייגער/טורעם־זייגער. חוץ זונזייגערס האָט מען זאַמדזייגערס און וואַסער־זייגערס אויך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.