דער ייִדישער טעאַטער אין וואַרשע גרייט צו אַ נײַע פּרעמיערע — „מלכת אמבטיה‟ — „די קעניגין פֿון וואַנע‟, פֿון חנוך לעווין. די פּרעמיערע פֿון דער פּיעסע איז געווען אין 1970 אין תּל־אָבֿיבֿ. ישׂראל איז דעמאָלט געווען אַ קאַפּעטשקע בגילופֿין פֿון דעם גרויסן נצחון אין 1967. „מלכת אמבטיה‟ איז געווען לעווינס שאַרפֿע קריטיק וועגן דער דעמאָלטיקער זיג־עפֿאָריע. די יום-כּיפּור־מלחמה, דרײַ יאָר שפּעטער, האָט זיך טאַקע אַרויסגעוויזן, אַז דער קאַמף פֿאַר דער עקזיסטענץ פֿון דער ייִדישער מדינה האָט זיך נאָך ווײַט נישט פֿאַרענדיקט.
לעווין האָט זייער שאַרף קריטיקירט ישׂראל בכלל און דעם פּרעמיער גאָלדע מאיר בפֿרט. אין דער פּיעסע באַשולדיקט ער גאָלדע מאיר, וואָס זי לאָזט נישט קומען צו אַ שלום-הסכּם מיט אונדזערע אַראַבישע שכנים.
ישׂראל, אַגבֿ, האָט גלײַך נאָך דער מלחמה דערקלערט, אַז זי איז גרייט זיך צוריקצוציִען פֿון סיני, דעם מערבֿ-ברעג, און דעם גולן פֿאַר אַ שלום-הסכּם מיט אירע אַראַבישע שכנים. אַלע אַראַבישע מנהיגים מיט אַבדעל נאַסער בראָש, האָבן דערויף געענטפֿערט מיט אַ „לא‟. נישט נאָר איין „לא‟, נאָר טאַקע דרײַ מאָל „לא‟. די אַראַבישע מנהיגים אויף זייער צוזאַמענקום אין כאַרטום האָבן דעמאָלט דערקלערט, אַז זיי וועלן נישט מאַכן קיין שלום מיט ישׂראל (איין מאָל „לא‟); זיי וועלן נישט אָנערקענען ישׂראל (צוויי מאָל „לא‟), און זיי וועלן נישט פֿאַרהאַנדלען מיט ישׂראל (דרײַ מאָל „לא‟). אָבער מילא, אַ שרײַבער איז דאָך נישט קיין היסטאָריקער. חנוך לעווין האָט געמעגט דערציילן די געשיכטע אויף זײַן אופֿן.
א נײַע אויסשטעלונג אינעם ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט אין וואַרשע — „SALVAGED‟ (ניצול געבליבן). ווער, אָדער בעסער געזאָגט, וואָס מיינט, ניצול געבליבן? סע גייט אַ רייד וועגן מאָלערײַען, צייכענונגען און סקולפּטורן פֿון ייִדישע קינסטלער, וואָס זענען כּמעט אַלע אומגעקומען אין חורבן. געבליבן זענען זייערע קונסט-ווערק.
צווישן די מאָלערס געפֿינען מיר די טשיקאַווע פּערזענלעכקייט פֿון געלאַ סעקשטיין-ליכטנשטיין, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין וואַרשע, איז געווען אין וואַרשעווער געטאָ און אומגעבראַכט געוואָרן, צוזאַמען מיט איר טעכטערל, בשעת דעם אויפֿשטאַנד. איר מאַן, ישׂראל ליכטנשטיין, האָט געשאַפֿן דעם אַזוי־גערופֿענעם „עונג שבת‟ אין געטאָ — אַ שטראַל פֿון ייִדישער קולטור און מענטשלעכקייט אינעם פֿינצטערניש פֿון געטאָ. געלאַ סעקשטײן האָט געאַרבעט אין געטאָ ווי אַ לערערקע פֿון מאָלערײַ פֿאַר קינדער. אפֿשר דערפֿאַר האָט זי געצייכנט און געמאָלט רירנדיקע פּאָרטרעטן פֿון ייִדישע קינדער אין געטאָ — בילדער, וואָס מען קען זען אויף דער אויסשטעלונג.
צווישן די אומגעבראַכטע קינסטלערס, וואָס מיר קענען זען זייערע ווערק, אויף דער אויסשטעלונג, געפֿינען מיר די צווילינג־ברידער אפֿרים און מנשה זײַדנבויטל. די ברידער זײַדנבויטל זענען געבוירן געוואָרן אין וואַרשע, זיך געלערנט מאָלערײַ אין פֿאַרשיידענע קונסט־אַקאַדעמיעס אין פּוילן, פֿראַנקרײַך און בעלגיע. זיי האָבן זייער אָפֿט געשאַפֿן אין איינעם. אַפֿילו ווען זיי האָבן געמאָלט באַזונדערע ווערק, איז פֿאַר די קריטיקער געווען שווער צו כאַפּן, ווער איז ווער. די צווילינג זײַדנבויטל זענען אומגעבראַכט געוואָרן אין לאַגער פֿלאָסנבורג אין יאָר 1945, ממש פֿאַר דער באַפֿרײַונג.
די אויסשטעלונג איז נאָך איין דערמאָנונג, ווי רײַך איז געווען דאָס ייִדישע פֿאָלק אין פּוילן מיט טאַלאַנטן, קולטור און קונסט.
דעם 9טן נאָוועמבער האָט זיך געענדיקט אין וואַרשע דער פֿילם־פֿעסטיוואַל אויף ייִדישע טעמעס. דעם ספּעציעלן פּריז פֿונעם פֿעסטיוואַל האָט הײַיאָר באַקומען קלאָד לאַנצמאַן, דער ייִדישער שרײַבער און פֿילם־רעזשיסאָר פֿון פֿראַנקרײַך. לאַנצמאַן איז אײַך מסתּמא באַקאַנט צוליב זײַן נײַן-שעהיִקן פֿילם — „שואה‟.
געעפֿנט דעם פֿילם־פֿעסטיוואַל האָט איינער פֿון ראָבין וויליאַמס לעצטע פֿילמען THE ANGRIEST MAN IN BROOKLYN — „דער גרעסטער כּעסן פֿון ברוקלין‟. דער העלד פֿונעם פֿילם, הענרי אַלטמאַן, איז אַ נעווראָטישער ברוקלינער ייִד. דער פֿילם, וואָס האָט געהאַט אַ קנאַפּן דערפֿאָלג, איז אַ „רימייק‟, דאָס הייסט, אַ צווייטע אַמעריקאַנער ווערסיע פֿון אַסי דיינס ישׂראלדיקן פֿילם „מיסטער באַום‟.
דעם ערשטן פּריז פֿונעם פֿעסטיוואַל האָט געוווּנען דער קאַנאַדער פֿילם „די שפּילקע‟ — אַ ייִדיש־ רעדנדיקער פֿילם, וואָס נעמי דזשיי, אַ טאָראָנטער אײַנוווינערין האָט אָנגעשריבן און רעזשיסירט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.