ווי אַ סך יונגע אַקטיאָרן, וואָס ווילן שפּילן אין קינאָ, פּרובירט מײַקל לוי־האַריס זיך אויסצוטיילן פֿון די טויזנטער אַנדערע אַקטיאָרן, וואָס ווילן מאַכן פֿאַר זיך אַ קאַריערע אינעם גאָר קאָמפּעטיטיוון פֿעלד. צום גליק, פֿאַרמאָגט האַריס אַ טאַלאַנט, וואָס איז כּמעט אוניקאַל: ער האָט אַ געוואַלדיקן חוש פֿאַר שפּראַכן. עס גייט ניט בלויז אין דעם, וואָס ער קען רעדן אַ סך שפּראַכן; ער פֿאַרמאָגט אויך אַ זעלטענע פֿעיִקייט פֿאַר אַקצענטן, און קען נאָך אַ ביסל פּראַקטיק גרינג נאָכמאַכן די קלאַנגען פֿון שפּראַכן, וואָס ער קען ניט.
האַריס׳ לינגוויסטישע געניטשאַפֿטן ווערן אַרויסגעהויבן אינעם נײַעם קורצן פֿילם The Hyperglot (דער פֿיל־שפּראַכיקער), אַ ראָמאַנטישע קאָמעדיע, אין וועלכער דער העלד דזשייק, אַ טאַלאַנטירטער שפּראַכן־קענער, געשפּילט דורך האַריס, פּרובירט צו געפֿינען אַ פֿרוי, אין וועלכער ער האָט זיך גלײַך פֿאַרליבט, ווען ער האָט זי דערזען אויף דער אונטערבאַן. צוליב דעם, וואָס זי האָט איבערגעלאָזט אַ בוך אויף מאַלטעזיש, הייבט ער זיך אָן צו לערנען די זעלטענע שפּראַך, טאָמער וועט ער זיך ווידער טרעפֿן מיט איר. בעת דזשייק זוכט אויס דאָס שיינע מאַלטעזיש מיידל, פֿאַלט ער אַרײַן אין אַ ריי קאָמישע סיטואַציעס, אין וועלכע ער האָט די געלעגנהייט צו רעדן אַ סך שפּראַכן. בײַם סוף פֿונעם פֿילם רעדט דער העלד אויף אַראַביש, איסלענדיש, איטאַליעניש, פּאָרטוגעזיש, יאַפּאַניש, רוסיש, נאָרוועגיש, סײַ דאָס אַמעריקאַנער, סײַ דאָס בריטישע שטום־לשון, און לסוף - ייִדיש. פֿון זײַנע איבערלעבונגען דערוויסט מען זיך, אַז כאָטש דזשייק קען רעדן אויף עלף שפּראַכן, קען ער אָבער ניט געהעריק פֿלירטעווען מיט מיידלעך אויף קיין איינער פֿון זיי.
ניט געקוקט אויף דעם, וואָס The Hyperglot איז צום טייל אַ מיטל צו ווײַזן האַריס׳ טאַלאַנט פֿאַר שפּראַכן, האָט דער פֿילם אַ סך מער מעלות ווי סתּם דער פֿיל־שפּראַכיקער „דזשימידזשיק‟. דער קלוגער סצענאַר, געשריבן פֿון לוי־האַריס אַליין, ברענגט אַרויס אַ ריי קאָמישע און אַבסורדישע מאָמענטן, אָבער פֿאַרמאָגט אויך טיפֿע אַנטפּלעקונגען סײַ וועגן דעם העלד דזשייק און סײַ וועגן די שוועריקייטן פֿון די הײַנטיקע ניו־יאָריקער יונגע־לײַט אויף דער „ראַנדקע־סצענע‟. דאָס וויכטיקסטע פֿונעם סצענאַר באַשטייט אָבער אין זײַן באַנוץ פֿון צײַט: האַריס איז מצליח בײַם געבן זײַן 23־מינוטיקן פֿילם דעם עמאָציאָנעלן כּוח פֿון אַ פֿילם, וואָס דויערט דרײַ מאָל אַזוי לאַנג. אין דער זעלביקער צײַט פֿילט מען ניט, אַז דער פֿילם איז אַ קורצער.
„דאָס איז פֿאַקטיש מײַן ערשטער סצענאַר‟, האָט האַריס דערקלערט אין אַ בליצבריוו צום „פֿאָרווערטס‟. „ס׳איז געווען אַ וווּנדערלעכע איבערלעבעניש, אָבער אויך משונה־שווער. איך האָב געדאַרפֿט אים ניט איין מאָל איבערשרײַבן. אין דער ערשטער סצענע, אַז מע קוקט אויף מײַנע אויגן, קען מען זען, אַז זיי זענען געווען גאַנץ רויט, ווײַל די נאַכט פֿאַר דעם בין איך געשלאָפֿן בלויז 4 שעה צוליב דעם, וואָס איך האָב געדאַרפֿט ווידער איבערשרײַבן אַ סצענע, און אין די 2 וואָכן פֿאַרן פֿילמירן בין איך איך געשלאָפֿן נאָר אַרום 4 שעה. איך בין אויך געווען דער עקזעקוטיוו־פּראָדוצענט, דערפֿאַר איז אָפֿט געווען מײַן אַחריות צו לייזן די פֿאַרשידענע פּראָבלעמען, וואָס האָבן זיך באַוויזן בשעתן פֿילמירן. אין דער זעלביקער צײַט האָט דאָס מסתּמא פֿאַרבעסערט מײַן שפּילן, ווײַל איך האָב געדאַרפֿט האַלטן אין איין טראַכטן וועגן אַלצדינג, אַחוץ דעם שפּילן די ראָלע‟.
האַריס האָט באַשלאָסן אָנצושרײַבן דעם סצענאַר, ווײַל „אין דער אמתן איז מיר נימאס געוואָרן צו וואַרטן, מע זאָל מיך אַרײַננעמען אין אַ פֿילם. איך בין געווען אויף אַ מסיבה און אַ חבֿר, וואָס איז אַליין אַן אַקטיאָר, האָט געזאָגט, אַז אַקטיאָרן מוזן נעמען זייערע קאַריערעס אין די אייגענע הענט, און מאַכן זייערע אייגענע פֿילמען‟.
ווען דער אַקטיאָר האָט דערקלערט, אַז מע קען מאַכן אַ קורצן פֿילם פֿאַר $300, און אַז קורצע פֿילמען דאַרפֿן בלויז דויערן פֿינף מינוט, האָט האַריס באַשלאָסן צו מאַכן זײַן אייגענעם קורצן פֿילם, באַזירט אויף אַ פּאָר קאָמישע און אַבסורדישע איבערלעבונגען פֿון זײַן אייגענעם לעבן. נאָך צוויי יאָר פֿון שרײַבן און איבערשרײַבן איז געשאַפֿן געוואָרן דער סצענאַר פֿון „דער פֿיל־שפּראַכיקער‟.
האַריס׳ וועג צו ווערן אַן אַקטיאָר איז ניט געווען קיין טיפּישער. כאָטש ער האָט געשפּילט אין פֿאָרשטעלונגען בשעת זײַנע קינדער־יאָרן, ווי אויך אַ ביסל אין „קאָלומביע‟־אוניווערסיטעט, האָט ער געמיינט, אַז אַזאַ קאַריערע איז סתּם אַ „פּוסטער נאַרישער חלום‟, און „דאָך בין איך געפֿאַלן אויפֿן געדאַנק צו ווערן אַן אַקטיאָר. דערפֿאַר האָב איך שטודירט אויפֿן פֿאַקולטעט פֿון מיטל־מיזרחדיקע שפּראַכן און קולטורן‟.
נאָך זײַנע שטודיעס האָט האַריס באַקומען אַ זעלטענע געלעגנהייט: מע האָט אים געבעטן צו האַלטן אַן אויג אויף אַ דירה אויפֿן „אָפּער איסט סײַד‟ פֿון מאַנהעטן. „צוליב דעם, וואָס איך האָב ניט געהאַט קיין אַרבעט און אויך ניט געדאַרפֿט צאָלן קיין דירה־געלט, האָב איך געטראַכט: ׳אויב איך וועל אַ מאָל האָבן די געלעגנהייט צו ווערן אַן אַקטיאָר, איז איצטער די בעסטע צײַט׳. איך האָב זיך אַבאָנירט אויפֿן Backstage Magazine (אַ זשורנאַל פֿאַר אַקטיאָרן), און געענטפֿערט אויף אַ רוף נאָך אַקטיאָרן‟. האַריס האָט זיך געטראָפֿן מיטן רעזשיסאָר, דער באַקאַנטער אַקטיאָר ראָבערט דעניראָ, און באַקומען אַ ראָלע. ס׳איז געווען אַ קליינע ראָלע, כּמעט אינעם הינטערגרונט, אָבער ער האָט פֿאַרדינט $2,000 דאָלאַר אין 4 טעג, און איז געוואָרן אַ מיטגליד פֿונעם „פֿאַראיין פֿון פֿילם־אַקטיאָרן‟ (Screen Actors Guild).
נאָך זײַן ערשטער ראָלע האָט האַריס באַשלאָסן, אַז כּדי צו ווערן אַן אַקטיאָר, דאַרף ער בלויז צײַט און געלט, און ער האָט אָנגעהויבן זוכן אַרבעט. זײַנע שטודיעס און גוטע קענטעניש פֿון אַראַביש האָבן אים דערמעגלעכט אָנצונעמען אַ שטעלע אין אַ באַנק אין דובײַ. נאָך אַ יאָר אַרבעט דאָרטן איז אים נימאס געוואָרן, און ער איז צוריקגעפֿאָרן אין ניו־יאָרק, וווּ ער האָט זיך פֿאַרשריבן אין אַ טרעניר־פּראָגראַם פֿאַר אַקטיאָרן.
גלײַכצײַטיק האָט ער אָנגעשריבן אַ בריוו אין דער „פֿאָלקסבינע‟, ווײַל ער האָט געקענט ייִדיש און געוואָלט שפּילן אויף דער ייִדישער בינע. סוף־כּל־סוף, האָט ער באַקומען זײַן ערשטע טעאַטער־ראָלע אין דער „פֿאָלקסבינע‟־פֿאָרשטעלונג „שפּיל! שפּיל! שפּיל!‟ אין אַן איין־אַקטער פּיעסע, אָנגעשריבן פֿון מאָריס שיזגאַל. אין דער פּיעסע האָט ער געשפּילט אַ נײַעם אימיגראַנט, וואָס פֿירט אַ „פּושקאַרט‟. ייִדיש האָט האַריס אָנגעהויבן שטודירן פֿרי, ווײַל ער איז געווען אַנטוישט, וואָס אַ סך פֿון זײַנע שול־חבֿרים האָבן געקענט אַנדערע שפּראַכן פֿון דער היים, און ער, ווי אַ „נודנער אַמעריקאַנער‟, האָט געקענט בלויז ענגליש.
ווען ער האָט אַנטדעקט, אַז זײַנע באָבע־זיידעס האָבן גערעדט ייִדיש, האָט ער אײַנגעזען, אַז ער איז פֿאָרט ניט קיין „נודנער אַמעריקאַנער‟. זײַן זיידע איז שוין דעמאָלט געווען כּמעט אַ בלינדן, און צום טייל עובֿר־בטל, אָבער האַריס האָט פֿעסט באַשלאָסן, צו רעדן מיט אים אויף ייִדיש. „איך האָב געבאָרגט אַ ייִדיש לערן־בוך אין אַ ביבליאָטעק, און עס מיטגעבראַכט, ווען איך האָב אים באַזוכט. איך האָב אים געזאָגט אויף ייִדיש ׳איך בין דײַן אייניקל מײַקל׳. און ער האָט געענטפֿערט: ׳יאָ׳, אַזוי ווי עס וואָלט געווען גאַנץ נאַטירלעך, וואָס מיר שמועסן אויף ייִדיש. מיר האָבן גערעדט וועגן פֿאַרגאַנגענע יאָרן און מענטשן, וואָס זענען שוין געשטאָרבן מיט 50 יאָר צוריק. ס׳איז געווען אַ טײַערע איבערלעבעניש, און מײַן איינציקע חרטה איז, וואָס עס איז געווען דאָס לעצטע מאָל, וואָס איך האָב אים געזען. הלוואי וואָלט איך עס געטאָן, כאָטש מיט אַ יאָר פֿריִער. דאָס אָנקומען אין דער ריכטיקער צײַט איז אַ וויכטיקע זאַך, און מיט ייִדיש און גענעאָלאָגיע קום איך, ליידער, שטענדיק אַ פּאָר יאָר צו שפּעט‟. מײַקל האָט זיך ווײַטער געלערנט ייִדיש אין „קאָלומביע‟, ווי אויך אויף דער זומער־פּראָגראַם בײַם „ווילנער ייִדישן אינסטיטוט‟.
נאָך אַ פּאָר יאָר אין ניו־יאָרק האָט ער זיך ווידער געלאָזט אין וועג, דאָס מאָל קיין לאָנדאָן, וווּ ער לערנט זיך איצט אויף אַ מאַגיסטער אינעם פּרעסטיזשפֿולן Guildhall School of Music and Drama. דאָרטן אַרבעט ער סײַ אויף זײַנע שטודיעס, אַרײַנגערעכנט טאַנץ, רעציטאַציעס, זינגען און פֿאָרשטעלן פּיעסעס; און סײַ אויף זײַנע ווײַטערדיקע פּראָיעקטן; דהײַנו אויף נאָך צוויי סצענאַרן און אויף אַ פֿילם אין ייִדיש מיטן ישׂראלדיקן רעזשיסאָר תּומר סיני, וואָס האָט געאַרבעט אויף „דער פֿיל־שפּראַכיקער‟ ווי דער קאָאָרדינאַטאָר פֿאַר פּאָסט־פּראָדוקציע. וועגן זײַנע ווײַטערדיקע פּלענער האָפֿט האַריס, אַז ער וועט קענען אַרבעטן סײַ אויף דער בינע, סײַ אין קינאָ און טעלעוויזיע אין אַמעריקע און ענגלאַנד.
„דער פֿיל־שפּראַכיקער‟ וועט אים זיכער העלפֿן אויף זײַן וועג. דער פֿילם, וואָס מע ווײַזט איצט אויף פֿאַרשידענע פֿעסטיוואַלן, האָט מען שוין באַלוינט מיט אַ ריי בכּבֿודיקע פּרעמיעס, אַרײַנגערעכנט די הויפּט־פּרעמיע בײַם „פֿרײַערס קלוב‟ פֿאַר אַ קורצן פֿילם, און די אויסצייכענונגען פֿאַר אַ בעסטער קאָמעדיע און בעסטן אַקטיאָר בײַם International Film Awards אין בערלין.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.