איידער איך שפּרינג אַרײַן אין אַ פֿײַער פֿון מחלוקת, וויל איך קודם זיך באַוואָרענען, אַז איך בין אַזוי באַרופֿן צו שרײַבן וועגן איסלאַם אין אַמעריקע, ווי דער סאַטמערער רבי - וועגן די ווערק פֿון שעקספּיר. ניט איך האָב געלייענט זייערע ווערק (למשל, דער הייליקער „קאָראַן‟), ניט איך בין באַקאַנט פּערזענלעך מיט אַ סך אַמעריקאַנער מוסולמענער. אָבער אַזוי ווי מײַן אומוויסן וועגן אַלע מעגלעכע טעמעס האָט מיר נאָך קיין מאָל געשטערט צו שרײַבן וועגן זיי, האָב איך ניט קיין פֿאַרטיקן תּירוץ ניט צו שרײַבן וועגן דעם אויך.
כאָטש סימבאָליש, קען איך זיך פֿאָרט גרייסן מיט דעם, אַז איך בין אויפֿגעוואַקסן פּונקט לעבן דעם „איסלאַמישן צענטער פֿון ניו־יאָרק‟, דער גרעסטער מעטשעט אין דער שטאָט. גייענדיק אין דער שול אין דער פֿרי, פֿלעג איך קינדווײַז אָפֿט הערן ווי דער „מועזין‟ רופֿט די גלייביקע צו עבֿודת־הבורא. דערצו קען איך אַפֿילו זיך ייִחוסן מיט אַ מוסולמענער אין דער משפּחה: די מומע מײַנע, אַ ישׂראלדיקע, האָט זיך פֿאַרליבט אין אַן אַראַבער, אַ בעדויִנער, וואָס דינט אין דער ישׂראל־אַרמיי.
הייסן הייסט ער קאַסעם, אָבער כּדי זײַן אַראַבישקייט זאָל די ישׂראלים ניט וואַרפֿן צו פֿיל אין די אויגן, פֿלעגט מען אים רופֿן כּושי. צום באַדויערן, האָט ער שפּעטער זיך צעשיידט מיט דער מומען און די לעצטע 15 יאָר מסתּמא האָב איך אים ניט געזען, אָבער איך געדענק נאָך, ווי איך האָב געריטן קינדווײַז אויף זײַן קעמל און אויף זײַן אייזל — און זיך דערשראָקן. עס וואָלט געווען כּדאַי אַ מאָל צו שרײַבן וועגן אים און וועגן דער באַציִונג פֿון מײַנע ישׂראלדיקע קוזינען צו זייער האַלב־אַראַבישקייט (איך וועל אויסזאָגן אַ סוד: אין ישׂראל שטאָלצירט מען ניט דערמיט), אָבער דערווײַל וועל איך לאָזן דעם לייענער געשפּאַנט.
עס לעבן הײַנט אַן ערך 1.5 ביליאָן מוסולמענער — די צווייט־גרעסטע רעליגיע אויף דער וועלט, איבער 20% פֿון דער מענטשהייט. לויט דער אָנגענומענער סטאַטיסטיק, לעבן אין אַמעריקע בלויז 2.6 מיליאָן מוסולמענער, 0.8% פֿון דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג. זייער גרעסטער צענטער איז ניו־יאָרק, וווּ עס וווינען אַרום 70,000 מוסולמענער. מיר דאַכט זיך, אַז איך זע 70,000 מוסולמענער בלויז אינעם סאָבוויי אויפֿן וועג אַהיים און אַז עס מוזן זײַן אַ סך, אַ סך מער. קען זײַן, אַז זיי מאַכן אַזאַ גרויסן אײַנדרוק אויף מיר, ווײַל זייערע פֿאַרשלייערטע פֿרויען און באַבערדלטע מענער וואַרפֿן זיך מער אין די אויגן ווי ס’רובֿ אַנדערע פּאַסאַזשירן, פּונקט ווי אונדזערע חסידים. על־כּל־פּנים, וואַקסט די צאָל אַמעריקאַנער מוסולמענער זייער גיך: זייערע פֿרומע משפּחות האָבן אַ סך קינדער; עס קומען אַרײַן אַ סך אימיגראַנטן פֿון אַזעלכע לענדער ווי פּאַקיסטאַן, אינדיע, און די אַראַבישע שטאַטן; און טויזנטער אַמעריקאַנער, וואָס האָבן פֿריִער ניט געוווּסט פֿון איסלאַם, נעמען אָן דעם נײַעם גלויבן למשל, אַ סך שוואַרצע אַרעסטאַנטן אין אונדזערע תּפֿיסות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.