(די 4 טע זײַט פֿון 4)
„אין טעאַטער הײַנט‟, האָט באָריס אויסגערופֿן, „פֿאַרמאָגן מיר צוויי הונדערט מנינים.‟
נאָך דער „פֿינאַלי‟ האָט מען די שיינע עמאַ אַרויסגעפֿירט אויף דער בינע. דער עולם האָט קוים געקענט כאַפּן דעם אָטעם. באָריס האָט גענומען גאָר אַ דראַמאַטישן טאָן, ער האָט געדונערט:
„אין דער אָנוועזנהייט פֿון די צושויער און גאָט שווער…‟
עמאַ: „איך שווער!‟
באָריס: „אַז דו וועסט שוין קיין מאָל נישט האָבן צו טאָן מיט אַ מענטשן, וואָס הייסט מאָריס פֿינקל אַזוי לאַנג ווי דו לעבסט…‟
פֿרויען האָבן געוויינט. דער עולם איז צוגעלאָפֿן צו איר און זי געטרייסט:
„דו ביסט אויסגעלייזט, עמאַ־קינד. אַן אַלטער מאַן און אַ יונג מיידל טויג נישט. דו האָסט זיך געראַטעוועט און וועסט זיך נאָך פֿאַרליבן, ווען דײַן צײַט וועט קומען.‟
יענע נאַכט האָט זיך עמאַ איבערגעטראַכט. אַנטלאָפֿן פֿונעם טעאַטער, האָט זי געפֿונען פֿינקלען, און ביידע זײַנען זיי אַנטלאָפֿן קיין פֿילאַדעלפֿיע. מיט אַ פּאָר טעג שפּעטער האָבן זיי חתונה געהאַט. נאָר איידער פֿינקל האָט געשלאָסן דעם שידוך, איז ער דערווײַל נעלם געוואָרן. ער איז אויף שנעל אַוועק קיין רומעניע, געפֿונען זײַן זון און אים געבראַכט קיין ניו־יאָרק.
זײַן זון אוירווין האָט געוווינט מיטן ערשט פֿאַרהייראַטן פּאָר־פֿאָלק. דער זון איז געווען מיט צוויי יאָר ייִנגער פֿון עמאַן און ממש געדינט עמאַן סײַ אויף דער בינע און סײַ אין דער היים.
אין 1904 איז מאָריס אַלט געווען 54 יאָר, און אויסגעזען ווי אַ זיבעציקער. עמאַ איז געווען 29 און אויסגעזען ווי 17. זיי האָבן געהאַט דרײַ קינדער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.