(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אין טאַנזשיר, מאָראָקאָ, פֿאָלגט מען נאָך די ספֿרדישע זינגערין וואַנעסאַ פּאָלאַמע, וועלכע פֿאָרשט ייִדישע מוזיק פֿון מיטל־עלטער. זי טוט אָן די קליידער פֿון יענער תּקופֿה און שטרעבט צו שאַפֿן די פּאַסיקע סבֿיבֿה פֿון אַמאָל. אין בערלין פֿילמירט מען דעם זינגער דניאל קאַהן און זײַן גרופּע The Painted Bird [„דער געפֿאַרבעטער פֿויגל”]. ערשט ווען ער האָט זיך אַריבערגעצויגן פֿון אַמעריקע קיין דײַטשלאַנד, האָט קאַהן זיך געכאַפּט, ווי וויכטיק ס’איז פֿאַר אים זײַן ייִדישקייט. קאַהן זינגט אַלטע און נײַע פּאָליטישע לידער, ווי אויך קריטישע לידער לגבי מדינת־ישראל. ער האָט געפֿונען אינעם ייִדישן לידער־אוצר פֿון צאַרישן רוסלאַנד און פּוילן ייִדישע פּראָטעסט־ און קאַמף־לידער וואָס ער באַאַרבעט און גיט צו הײַנטצײַטיקע ענגלישע איבערזעצונגען פֿאַרן יונגן עולם.
די זינגערין שורה ליפּאָווסקי פֿון אַמסטערדאַם האָט אַ נאָענטע באַציִונג צו ייִדיש. „פֿאַר מיר איז די ייִדישע קולטור אַן ענין פֿון עטיק, פּאָעזיע און אינטימקייט,‟ דערציילט זי און דער עולם פֿילט טאַקע, אַז דאָס דריקט זי אויס מיט איר געזאַנג. דזשאַש דאָלגין, אויך באַקאַנט ווי „סאָקאָלד”, שטאַמט פֿון מאָנטרעאָל, און כאָטש זײַנע שכנים זענען חסידים, לעבט ער אין זײַן אייגענער וועלטלעכער סבֿיבֿה. צו דער ייִדישער מוזיק איז ער צום ערשטן מאָל צוגעצויגן געוואָרן צוליב זײַן לײַדנשאַפֿט צו קויפֿן אַלטע פּלאַטעס, וווּ ער האָט צום ערשטן מאָל געהערט אַהרן לעבעדעוו און משה אוישער. די קלאַנגען פֿון די אַלטע זינגער פֿלעכט ער אַרײַן אין זײַן היפּ־האָפּ סטיל.
אין דער „וואַנדערנדיקער מוזע” ווײַזט מען צוויי זינגערס פֿון אַפֿריקע, און דעם אמת געזאָגט, זענען זיי פֿאַר מיר געווען עפּעס נײַעס און דעריבער די אינטערעסאַנטסטע פּערזענלעכקייטן אין פֿילם. אין פּוטי, אוגאַנדאַ, זעט מען ווי עס לעבט זיך דער אַפֿריקאַנער פֿאַרמער משה וואַליאָמבע און זײַן משפּחה, וועלכער פֿירט אַ פֿרום ייִדיש לעבן ווי ער פֿאַרשטייט דאָס. די לידער וואָס ער זינגט, וואָס ער האָט אַליין אָנגעשריבן, באַמאָלן זײַן ליבשאַפֿט צו ירושלים און ייִדישקייט. ווען ער דאַוונט מיט דער משפּחה, טראָגן אַלע יאַרמולקעס און מע טאַנצט צו די ריטמען פֿון אַפֿריקאַנער פּויקן.
אין טימבאָקטו, מאַלי, באַקענט מיט זיך נישט מיט אַפֿריקאַנער, נאָר מיטן ברוקלינער זינגער ירמיה לאָקוווּד און זײַן גרופּע, וועלכע זענען געקומען שפּילן אויף אַ פֿעסטיוואַל. זײַן זיידע, אַ גרויסער חזן, האָט אין אים אַרײַנגעפֿלאַנצט די מוזע פֿון מוזיק און גײַסטיקייט, אָבער לאָקוווּד גייט אויף זײַן אייגענעם וועג מיט „בלוז‟ און דזשעז־מוזיק; ער איז, פֿון דעסטוועגן, געבליבן געבונדן צו די לשון־קודשדיקע טעקסטן. אין איין סצענע זיצט ער בײַם טיש מיט זײַן משפּחה אין ברוקלין און זינגט דאָס חסידישע ליד „עולם־הבא איז אַ גוטע זאַך‟.
צום סוף פֿונעם פֿילם פֿילט מען, אַז די וועלט איז אַ סך קלענער געוואָרן אַ דאַנק די דאָזיקע וואַנדערנדיקע ייִדישע מוזיקער, וועלכע שאַפֿן פֿאַרבינדונגען צווישן לענדער און פֿעלקער מיט זייער קונסט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.