עס זענען שוין אַרויס אַ צאָל פֿילמען וועגן דער הײַנטיקער ייִדישער מוזיק במשך פֿון די לעצטע פֿינף יאָר, און מע האַלט שוין בײַם פֿאַרענדיקן נאָך עטלעכע.
די פֿילמען וועגן דעם זינגער דזשאַש דאָלגין און וועגן דער גרופּע „די קלעזמאַטיקס” האָבן זיך אָפּגעגעבן מיט אַ ספּעציפֿישן זינגער אָדער גרופּע. יענע וואָך איז אין קאַנאַדע פֿאָרגעקומען די פּרעמיערע פֿון אַ נײַעם פֿילם וועגן ייִדישער מוזיק, „The Wandering Muse” (די וואַנדערנדיקע מוזע), וועלכער שטעלט דעם טראָפּ אויף צען זינגערס און מוזיקער און זייערע גרופּעס אויף פֿאַרשיידענע קאָנטינענטן. דער קאַנאַדער פֿילמאָגראַף טאַמאַש וואָרמסער איז ממש דרײַ יאָר לאַנג אַרומגעפֿאָרן אַ וועלט זיך צו טרעפֿן און פֿילמירן ייִדישע מוזיקער. דאָס וואָס איז אַרײַנגענומען געוואָרן אין פֿילם שטעלט מיט זיך פֿאָר בלויז אַ גאָר קליינעם טייל פֿון דעם וואָס ער האָט פֿילמירט. מיט די אַנדערע סצענעס האָט ער שוין געשאַפֿן אַ „מוזיקאַלישע מאַפּע” אויף דער אינטערנעץ. ווען מע גיט דאָרטן אַ קוועטש זעט מען אַן אַנדער מוזיקער אָדער זינגער. פֿאַר די ליבהאָבער פֿון ייִדישער מוזיק און געזאַנג אין ניו־יאָרק וועלן ס’רובֿ נעמען פֿון די מוזיקער וועלכע נעמען אָנטייל אינעם פֿילם נישט זײַן פֿרעמד, אָבער מע זעט זיי אין אַ נײַ ליכט.
אַז דער לעבנסוועג פֿון אַ ייִדישן מוזיקער איז נישט קיין לײַכטער זעט מען אין דער ערשטער סצענע מיט בתיה שעכטער. זי וווינט אין ניו־יאָרק, אַרבעט אויך צום טייל ווי אַ חזן, און איז באַקאַנט פֿאַר איר געמיש פֿון אַשכּנזישע מעלאָדיעס, מיטל־מיזרחדיקע ריטמען און נײַע לידער. צו דער ייִדישער פּאָעזיע פֿון הרבֿ אַבֿרהם העשל האָט זי געשאַפֿן אָריגינעלע מוזיק און אַרויסגעגעבן אַ קאָמפּאַקטל. אינעם פֿילם גייט זי אַרײַן אין אַ מוזיק־געשעפֿט אין דער פֿרומער ברוקלינער געגנט פֿון וואַנען זי שטאַמט, באָראָ־פּאַרק, און זוכט די קאָמפּאַקלטעך פֿון איר גרופּע „פּרעהס טאָכטער”, אָבער אָן הצלחה. ס’איז קלאָר, אַז דער סוחר איז אין גאַנצן אומבאַקאַנט מיט איר מוזיק. כאָטש זי איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ פֿרומער משפּחה און זינגט גײַסטיקע לידער איז זי געבליבן אומבאַקאַנט אין איר היימישער פֿרומער וועלט.
דער אַרגענטינער דועט פֿון סעזאַר לערנער און מאַרסעלאָ מאָגילעווסקי קומען זעלטן קיין אַמעריקע און דאָס איז אַ גרויסער שאָד, ווײַל זיי זענען גרויסע טאַלאַנטן. זיי הייבן אויך אַרויס די אומבאַקוועמע באַציִונגען וואָס זיי האָבן מיט דער אָרטיקער ייִדישער קהילה. כּל־זמן מע וויל שפּילן קלעזמער־מוזיק אויף חתונות און בר־מיצוות איז גוט, אָבער טאָמער וויל מען די קהילה זאָל העלפֿן מיט מער שאַפֿערישע, אַלטערנאַטיווע מוזיקאַלישע פּראָיעקטן, דרייט מען זיך אויס מיט דער פּלייצע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.