צוויי „פֿאָלקלאָר‟־וועטשערעס מיט פּראָפֿ׳ דובֿ נוי

2 Folk-Dishes Shared With Folklore Professor Dov Noy


פֿון משה לעמסטער

Published November 20, 2014, issue of December 05, 2014.

אין יאָר 1999 בײַם פֿאַרטיידיקן מײַן דאָקטאָראַט אין דער מאָלדאַווישער וויסנשאַפֿט־אַקאַדעמיע איז איינער פֿון די אָפּאָנענטן געווען דער באַוווּסטער ייִדיש־פֿאָלקלאָריסט פּראָפֿ׳ דובֿ נוי. ער איז ספּעציעל געקומען אויף אַ פּאָר טעג פֿון ירושלים קיין קעשענעוו. זײַנע רײַזע־הוצאָות האָט געדעקט דער „דזשוינט‟; אָבער געלט פֿאַרן האָטעל האָבן זיי ניט געגעבן; האָט מײַן אָפּאָנענט זיך באַזעצט בײַ מיר אין שטוב.

מיט וואָס באַרימט זיך אַ בעסאַראַבער ייִד, ווען ער נעמט אויף אַ חשובֿן גאַסט? פֿאַרשטייט זיך, מיט נאַציאָנאַלע מאָלדאַווישע מאכלים, וועלכע, דעם אמת געזאָגט, זענען שוין פֿון לאַנג געוואָרן אויך נאַציאָנאַלע ייִדישע מאכלים פֿאַר די בעסאַראַבער ייִדן. דער סימבאָל פֿון דער מאָלדאַווישער קיך, פֿון בעסאַראַבישקייט גופֿא איז — אַ מאַמעליגע!

אין די דרײַסיקער יאָרן פֿון דעם פֿאָריקן יאָרהונדערט האָט די ייִדישע בעסאַראַבער לאַנדסמאַנשאַפֿט פֿון בוענאָס־אײַרעס דורכגעפֿירט אַ וואַרעמע באַגעגעניש אין אַ וועלדל, וואָס איז ניט ווײַט פֿון דער הויפּטשטאָט. אין מיטן פֿון אַ לאַנגן, ברייטן טיש אויף אַ ברעטל איז געלעגן אַ גרויסע מאַמעליגע… אויך אין ישׂראל אויף פֿאַרשיידענע טרעפֿונגען פֿון די געוועזענע בעסאַראַבער ייִדן איז געוויינטלעך דער „צימעס‟ פֿון די מאכלים — מאַמעליגע.

„מאַמעליגע קלינגט ווי מאַמע ליבע!‟ — האָט אויסגערופֿן אַ בעסאַראַבער ייִדישער פּאָעט. וואָס ווייסן מיר וועגן מאַמעליגע? אין פֿאָלקלאָר: „אַ מאַמעליגע מישט מען מיט אַ דריק, מע שנײַדט זי מיט אַ שטריק, און דערנאָך בענטשט מען ווי אַ פֿליג‟. אין די ווערטערביכער שרײַבט מען, אַז מאַמעליגע איז אַ קאַשע פֿון פּאַפּשוי־מעל. מיט דעם בין איך ניט מסכּים. מאַמעליגע איז אַ מאכל, וואָס פֿאַרבײַט ברויט. מע עסט זי מיט קעז, מיט ברינדזע, מיט געפּרעגלטן פֿלייש… קאַלטערהייט שנײַדט מען אַ מאַמעליגע אויף ריפֿטלעך, מע פּרעגלט זיי צו אויף אַ סקאָווראָדע און מע עסט עס מיט אײַנגעמאַכטס, צי מיט האָניק, צי מיט סמעטענע… און ווען עס פֿלעג טאַקע גאָר ניט זײַן אין שטוב וואָס צו עסן, האָט מען געגעסן קאַלטע מאַמעליגע מיט אַ ציבולקעלע. מײַן מאַמע פֿלעג דערבײַ זאָגן: „נישקשה, מע קאָן פֿון דעם ניט שטאַרבן‟. ניט אומזיסט זאָגן די מאָלדאָוואַנער, אַז „מאַמעליגע איז דעם קבצנס ברויט‟.

כּמעט אַלע בעסאַראַבער ייִדישע שרײַבער האָבן דערמאָנט אין זייערע שאַפֿונגען אַ מאַמעליגע. יחיאל שרײַבמאַן שרײַבט אין אַ דערציילונג: „…אין אַ שווערן הונגערטאָג האָט דער טאַטע אַ זאָג געטאָן: ׳הערסט, ברכה, מיר האָבן… געדאַרפֿט מיטנעמען מיט זיך אין אַ טאָרבעלע אַ ביסל בעסאַראַבער ערד‟. אויף דעם ענטפֿערט דעם מחברס מאַמע: „משוגענער, ווען דו זאָגסט כאָטש אַ גוט שטיקל בעסאַראַבער מאַמעליגע‟.

אפֿרים אויערבאַך, אין זײַן ליד „שכנהשאַפֿט‟, דערציילט וועגן זײַנער אַ טרעפֿונג מיט אַן אַנדער בעסאַראַבער שרײַבער, אײַזיק ראַבוי:

מיר האָבן שוין אין איינעם געגעסן מאַמעליגע
און וואָלעכלעך געזונגען, און אײַנגעזאַלצן קעז…

אין אַן אַנדער ליד, „ייִדיש מײַנער‟ שרײַבט אויערבאַך: „מאַמאַליגאַרישער ייִדיש מײַנער…‟ ער מיינט מיט דעם, טראַכט איך, צו זאָגן: געשמאַקער, בעסאַראַבער ייִדיש. בײַ יאַנקל יאַקירן: „אַ זון אַ גרויסע, אַ קײַלעכדיקע, ווי אַ מאַמעליגע, כאָטש נעם און צעשנײַד זי מיט אַ פֿאָדעם…‟

אַריאל קאַפּראָוו דערמאָנט זיך אין זײַן ביכל „צווישן צוויי וועלט־מלחמות‟: „נאָך האָבן די ייִדן זיך אויסגעלערנט צו עסן מאַמעליגע מיט קעז און פּוטער…‟, און ווײַטער פֿרעגט זײַנער אַ העלד משהלע: „ …די מאַמעליגע, גלײַך אָננעמען מיט די פֿינגער און אײַנטינקען אין דער ברינדזע, ווי אַ געבוירענער מאָלדאָוואַן‟. און נאָך, און נאָך…

אייניקע לייענער קאָנען זאָגן, אַז דאָס האָט מען געשריבן אַ מאָל, ווער שרײַבט הײַנט וועגן מאַמעליגע? זיי האָבן אַ טעות. אין אַ. שפּיגלבלאַטס בוך לידער, „מיטן ניגון פֿון בלעטערפֿאַל‟, וואָס איז ערשט דערשינען אין תּל־אָבֿיבֿ, אַ יאָר נאָך שפּיגלבלאַטס אַוועקגיין אין דער אייביקייט, געפֿינען מיר אַזעלכע שורות:

די ראָמאַנטיק צעדריבלט זיך — דער נאַקעטער זכּרון
טראָגט מיר אַנטקעגן פֿון צווישן מילשטיינער
אַ זעקל קוקורוזע־מעל, און אויפֿן היימישן טישל,
אין קיך, אַ זון אַ פּאַרעדיקע, אַ הייסע מאַמעליגע.

מיר זיצן מיט דובֿ נוי בײַם טיש. אין סאַמע צענטער פֿונעם טיש, ליגט אויף אַ ברעטעלע, ווי אַ פֿולע לבֿנה אַ מאַמעליגע. אויף דער מאַמעליגע — אַ ווײַס פֿעדעמל, אויף אָפּצושנײַדן פֿון איר רעפֿטלעך. אַרום דער „פּאַפּעשוי־מעל־לבֿנה‟ — שאָפֿענע געזאַלצענע ברינדזע, סמעטענע, קעז, צעשמעלצטע פּוטער… און פֿאַרשטייט זיך, אַ פֿלאַש מיט רויטן פּויערישן ווײַן פֿון אַ קעלער. ווען די באַקן אונדזערע זענען שוין געוואָרן אַ ביסעלע רויטלעך, פֿרעג איך דובֿ נויען: „וואָס ווייסט איר וועגן לעמישקע?‟ זאָגט ער: „לעמישקע, קלער איך, מיינט, לעמעלע‟… איך האָב אים גאָרניט געזאָגט. ווי איינער האָט געטענהט: „וואָס זאָל איך רעדן מיט אים וועגן לעמישקע, אַז ער ווייסט ניט, וואָס הייסט, מאַמעליגע‟.

אויפֿן צווייטן טאָג איז אונדזער „פֿאָלקלאָר‟־וועטשערע, זאָלן מיר מוחל זײַן די וועגעטאַריאַנער, געווען אַ פֿליישיקע: אַ יויך פֿון אַ הינדעלע, געפּרעגלטע גריוון, אַ „מוזשדיי‟ — צעפּיצלטער קנאָבל אין אַ שאָלעכל מיט אַ ביסעלע בוימל, געזײַערטס, ווײַן און אויף אַ ברעטל… אַ ווײַס מאכל און אויך מיט אַ פֿעדעמל פֿון אויבן. פֿרעג איך מײַן אָפּאָנענט: „איר האָט שוין געגעסן אַזאַ מאכל?‟ — ענטפֿערט ער, אַז ניין. „אויב אַזוי, — זאָג איך אים, — לאָמיר אויסטרינקען אַ גלעזל ווײַן פֿאַר דעם, וואָס איר אין דער עלטער פֿון עטלעכע און זיבעציק יאָר, וועט איצט עסן דאָס ערשטע מאָל אין אײַער לעבן, דאָס מאכל, וואָס הייסט בײַ אונדז — לעמישקע!‟

מיט דעם וואָרט „לעמישקע‟ קומט טאַקע פֿאָר אַ פּלאָנטער. ווײַנרײַך אין זײַן ווערטערבוך דערקלערט, אַז „לעמישקע” איז „האָבערגריץ‟, אַ קאַשע פֿון האָבער און ווײַטער: „לעמישקע‟ מיינט אַ נאַיִוון מענטשן. וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָט דאָס מאכל „לעמישקע‟ צו אַ נאַיִוון מענטשן? אַ ייִדענע פֿון פּראָסקורעווער געגנט האָט מיר געזאָגט: „שטראַם־גראַם מאַך מיר אַ לעמישקע‟.

בײַ סטוטשקאָוון איז עס — „קאַשע, קאַשקע, לעמעשקע‟. דאָך, געפֿינען מיר אין קאַפּיטל „נאַרישקייט‟: תּם, …לעמעלע, לעמעשקע‟; עס הייסט, אַז „לעמישקע‟ איז אַ סינאָנים צו אַ כּשר לעמעלע, צו אומשולדיקייט, כּשרקייט?

אין שלום־עליכמס בריוו געפֿינען מיר עטלעכע מאָל: „ווען זי זאָל זײַן אַ משה־לעמעשקע‟, „סאַ משה־לעמעשקע‟, „אַן ערלעכע נשמה, נאָר אַ לעמעשקע נעבעך‟.

משה נאַדיר האָט אַ דערציילונג „לעמעשקע‟, און די דערציילונג הייבט זיך אָן אַזוי: „געהייסן האָט ער ׳לעמעשקע׳ און געווען איז ער אַ לעמעשקע. דאָס הייסט: איידער ער איז געוואָרן אַ לעמעשקע איז ער געווען אַ מענטש ווי איך און איר…‟ דער העלד פֿון דער דערציילונג האָט איבערגעלייענט אַ ביכל וועגן „די מיליאָנען געפֿאַרן, וואָס לויערן אויף דעם מאָדערנעם מענטשן‟. נאָך דעם איז ער „געוואָרן אַן אַבסאָלוטע און פֿולשטענדיקע לעמעשקע‟, שרײַבט נאַדיר. וואָס מיינט דער מחבר? — ער מיינט, אַז דער העלד האָט אָנגעהויבן ציטערן — ציטערן פֿאַר מורא, ווי אַ לעמעלע!

די נאָענטסטע כאַראַקטעריסטיק פֿון אַ מענטש, וואָס האָט אַ שײַכות צו דעם מאכל „לעמישקע‟, געפֿינען מיר בײַ יצחק באַשעוויסן אין דער דערציילונג: „דער טויטער קלעזמער‟: „געצל האָט אַ זאָג געטאָן: — מ’האָט פֿאַרשטערט אונדזער שׂימחה! וואָס ביסטו, אַ מאַנסביל, צי אַ לעמעשקע?…‟

צוליב דעם, וואָס די מאכלים, וועגן וועלכע מיר רעדן, זענען אַ ביסעלע לויזלעך פֿלעג מען בײַ אונדז זאָגן אויף אַ מענטשן, אַז ער איז „אַ לעמישקע‟, צי „אַ מאַמעליגע‟, וואָס האָט געזאָלט געהייסן נאָר איינס, דהײַנו: דער מענטש איז „אַ צעקראָכענע בריאה‟, „ניט פֿליישיקס ניט מילכיקס‟, „אַ שוואַכוויליקער‟, „אַ כאַראַקטערלאָזיקער‟, „אַ באַבע‟. נאָר איך בין ניט מסכּים, אַז דאָס מאכל לעמישקע איז אַ קאַשע. בײַ אונדז איז לעמישקע אַ מאַמעליגע פֿון האָבערמעל! אי מאַמעליגע, אי לעמישקע פֿאַרבײַטן ברויט; מע עסט זיי אויפֿן אָרט פֿון ברויט מיט פֿליישיקס, מיט מילכיקס… פֿאַר וואָס איז פֿאַר אייניקע „לעמישקע‟ אַ סינאָנים פֿון „לעמעלע‟, ווייס איך ניט. אפֿשר לויט דער אַנאָלאָגיע: טאַטע, מאַמע — טאַטעשי, מאַמעשי. לעמל — לעמעשי, וואָס קלינגט כּמעט ווי לעמעשקע?

און נאָך אַ פּאַראַדאָקס. וועגן דעם מאכל „מאַמעליגע‟, געפֿינען מיר אָנווײַזונגען אין די ווערק פֿון אַ סך בעסאַראַבער ייִדישע שרײַבער, אָבער וועגן דעם מאכל „לעמישקע‟ האָב איך גאָרנישט ניט געטראָפֿן. כ’האָב ניט געלייענט בײַ עמעצן, אַז „…אויף אַ ברעטל איז געליגן אַ ווײַסע, ווי די פֿולע לבֿנה לעמישקע…‟ פֿאַר וואָס? דערפֿאַר, מיין איך, וואָס „מאַמעליגע‟ איז אַ נאַציאָנאַל מאַכל, און דאָס מאכל „לעמישקע‟ האָט ניט קיין נאַציאָנאַלע „היים‟, ס’איז אַ יתום, און דערפֿאַר שעצט מען זי ניט; און בײַ מענטשן איז דען ניט דאָס זעלבע?…

די צווייטע וועטשערע מיט דובֿ נוי האָט זיך פֿאַרצויגן. ער, דער פּראָפֿעסאָר פֿון פֿאָלקלאָר, איז געווען מסכּים מיט מיר, אַז געוויסע מאכלים זענען אויך אַ מין „פֿאָלקלאָר‟, פֿונעם פּשוטן פֿאָלק…