(די 2 טע זײַט פֿון 2)
כּדי דורכצופֿירן אַזאַ אַגרעסיװע פּאָליטיק, מוז מען זיך באַנוצן מיט אַגרעסיװע מיטלען. יוזעף פּילסודסקי, דער ראָש פֿון דער פּױלישער סאָציאַליסטישער פּאַרטײ, האָט בדעה געהאַט צו שאַפֿן אַ גרױסע פֿעדעראַטיװע גרױס־פּױלישע מלוכה, װאָס זאָל אַרײַננעמען ליטע, װײַסרוסלאַנד און אוקראַיִנע. אין דער ווירקלעכקייט איז פּילסודסקי געװען, אַ „גרױסער אָנהענגער פֿון שאַפֿן ׳געשעענע פֿאַקטן׳‟, ווי וויגאָדסקי האָט עס באַטאָנט. פֿאַרווירקלעכט זײַן פּראָגראַם האָט פּילסודסקי אױף אַזאַ אופֿן: „ער האָט געהײסן אײנעם פֿון זײַנע מקורבֿים, דעם גענעראַל זשעליגאָװסקי, ער זאָל װערן ׳װידערשפּעניק׳ קעגן אים און קעגן דער גאַנצער פּױלישער אַרמײ, און זאָל זיך אַװעקלאָזן מיט אַ פּאָר דיװיזיעס פֿאַרנעמען װילנע. אין דעם דאָזיקן חייל האָט מען אַרײַנגענומען אַ פּאָר הונדערט אָפֿיצירן און סאָלדאַטן תּושבֿים פֿון װילנער קאַנט, כּדי צו קענען זאָגן, אַז דער גאַנצער חײל באַשטײט פֿון װילנער תּושבֿים, װעלכע זענען כּלומרשט מלא־כּעס אױף דעם ליטװיש־באָלשעװיסטישן שלום־אָפּמאַך פֿון דעם 12טן יולי 1920, װעלכער האָט איבערגעגעבן װילנע צו ליטע ׳קעגן זײער רצון און ניט רעכענענדיק זיך מיט די אַלײן־באַשטימונגס־רעכט פֿון דער אָרטיקער באַפֿעלקערונג׳.‟ און פּונקט דעם זעלבן תּירוץ רוקט הײַנט אַרױס פּוטין, כּדי צו באַרעכטיקן דאָס פֿאַרכאַפּן קרים און די אינטערװענץ אין מיזרח־אוקראַיִנע.
גענעראַל זשעליגאָװסקי מיט זײַן חײל האָט פֿאַרנומען װילנער קאַנט און דערקלערט די דאָזיקע געגנט פֿאַר אַן אומאָפּהענגיקע מלוכה „מיטל־ליטע‟, װאָס האָט כּלומרשט גאָר ניט געהאַט צו טאָן מיט פּױלן. אין דער אמתן אָבער איז „מיטל–ליטע‟ געװען אין גאַנצן געשטיצט פֿון װאַרשע. אין 18 חדשים אַרום האָט זשעליגאָװסקי אָרגאַניזירט אַ רעפֿערענדום, װאָס האָט גוטגעהײסן דאָס אַרײַנגײן אינעם באַשטאַנד פֿון פּױלן. אמת, האָט די ניט־פּױלישע באַפֿעקערונג לרובֿ בױקאָטירט דעם דאָזיקן רעפֿערענדום.
סאָװעט־רוסלאַנד האָט דעם דאָזיקן אַקט ניט אָנערקענט, און פֿאָרמעל געהאַלטן װילנע פֿאַר דער לעגאַלער הױפּטשטאָט פֿון דער ליטװישער רעפּובליק. אין 1939 איז װילנער קאַנט אָפּגעגעבן געװאָרן צו ליטע לױטן אָפּמאַך צװישן מאָלאָטאָװ און ריבענטראָפּ, מיט אַ תּנאי, אַז די רױטע אַרמײ זאָל קאָנען מאַכן אין ליטע מיליטערישע באַזעס. אין אַ יאָר אַרום האָט דער סאָװעטן־פֿאַרבאַנד טאַקע פֿאַרכאַפּט די גאַנצע ליטע, אין אײנעם מיט די צװײ אַנדערע באַלטישע רעפּובליקן — לעטלאַנד און עסטלאַנד.
װאָס קאָן מען לערנען פֿון דער דאָזיקער געשיכטע? קודם־כּל, אַז די קלײנע לאָקאַלע קאָנפֿליקטן קאָנען גורם זײַן װעלט־מלחמות. צװײטנס, אַז די „גרױסע מאַכט‟, אין יענער צײַט ענגלאַנד און פֿראַנקרײַך, הײַנט אַמעריקע און דער אײראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד, האָבן ניט קײן חשק זיך אַרײַנצומישן אין „שכנישע מחלקות‟ אין די װײַטע װינקלען פֿון אײראָפּע, האָפֿנדיק, אַז אַזױ אָדער אַנדערש װעט זיך אַלץ אױססדרן. און דריטנס, אַז הײַנט־צו־טאָג קאָן מען אָפּהיטן פּאָליטישע סטאַבילקײט בלױז אױף פֿעסטע לעגאַלע יסודוס. פּױלן האָט באַקומען װילנער קאַנט דורך דעם שאַפֿן „געשעענע פֿאַקטן‟, אָבער סוף־כּל־סוף, פֿאַרלױרן די געגנט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.