די הײַנטיקע פּױלישע און ליטװישע רעגירונגען זײַנען צװישן די סאַמע שאַרפֿסטע קריטיקער פֿון דער רוסישער אַגרעסיע קעגן אוקראַיִנע אין דאָנבאַס. די ניט־אָנערקענטע „רעפּובליקן‟ אין דאָנעצק, לוגאַנסק און אַ פּאָר שכנישע שטעט זײַנען, אַװדאי, אַ גרױסע סכּנה פֿאַרן שלום און סטאַבילקײט אין אײראָפּע; און זײ װאָלטן זיך ניט באַװיזן אָן דער דירעקטער מיליטערישער, פּאָליטישער און עקאָנאָמישער שטיצע מצד רוסלאַנד. טױזנטער מענטשן זײַנען שױן אומגעקומען אין דעם דאָזיקן קאָנפֿליקט, און מען זעט לעת־עתּה ניט קײן אױסװעג, כּל–זמן רוסלאַנד האַלט אונטער די סעפּאַראַטיסטישע כּוחות.
אָבער עס קען זײַן באַלערנדיק אַ קוק צו טאָן אין דער געשיכטע, בפֿרט אויף דעם פּאָליטישן און מיליטערישן מצבֿ, װאָס האָט זיך געשאַפֿן אין מיזרח־אײראָפּע נאָך דער ערשטער װעלט־מלחמה. דאָס דײַטשישע מיליטער האָט פֿאַרלאָזט די טעריטאָריע פֿון דער הײַנטיקער ליטע, אוקראַיִנע אין פּױלן צום סוף 1918, און עס האָבן גלײַך אױסגעבראָכן מלחמות צװישן פֿאַרשידענע פֿעלקער, װאָס האָבן געשטרעבט צו פֿאַרנעמען װאָס מער טעריטאָריעס פֿאַר זײערע נײַע מדינות. דאָס איז געװען אַ פּועל־יוצא פֿון דער ירידה פֿון גרױסע אימפּעריעס, װאָס האָבן ביז דאַן דאָמינירט אין דעם דאָזיקן רעגיאָן. װען ס׳איז געשען דער קראַך פֿונעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד אין 1991, האָט זיך דער דאָזיקער פּראָצעס אָפּגעשטעלט אױף אַ פּאָר צענדליק יאָר, ביז דעם הײַיאָריקן פֿרילינג.
די מעשׂה מיט די פֿריש־געבאַקענע דאָנעצקער און לוגאַנסקער „רעפּובליקן‟ איז זײער ענלעך אױף דער געשיכטע פֿון „מיטל–ליטע‟, אַ כּמו־אומאָפּהענגיקער מלוכה, װאָס האָט עקזיסטירט אין װילנער קאַנט במשך פֿון 18 חדשים צװישן 1920 און 1922. די דאָזיקע „מדינה‟ האָט זיך באַװיזן אױף דער מאַפּע נאָך דעם, װי די פּאָליאַקן האָבן מנצח געװען די רױטע אַרמײ אונטער װאַרשע.
לױטן שלום־אָפּמאַך מיט דער נײַער ליטװישער רעפּובליק האָט פּױלן אָנערקענט װילנע װי אַ טײל פֿון ליטע; אָבער דאָס האָט ניט גענוג רעאַליזירט דעם חלום־באַרגיף פֿון גרױס–פּױלן. ד״ר יעקבֿ װיגאָדסקי, דער דעמאָלטיקער ראָש פֿון דער װילנער ייִדישער קהילה, דערקלערט אין זײַנע זכרונות: „אײנער פֿון די עיקר־צילן, װעלכע די פּױלישע פּאָליטיק האָט זיך געשטעלט בנוגע ליטע, איז געװען דאָס שטרעבן, פֿאַר יעדן מקח און ניט אָפּשטעלנדיק זיך פֿאַר די גרעסטע קרבנות, צו מאַכן אױף װעלכן עס איז אופֿן ליטע אָפּהענגיק פֿון פּױלן. […] װײַטער פֿלעגן נאָך די פּױלישע פּאָליטיקער שטענדיק באַטראַכטן די אַסימילאַציע פֿון דעם ליטװישן (װײַסרוסישן) פֿאָלק װי זײער ׳היסטאָרישע מיסיע׳.‟
די „צװײטע‟ פּױלישע רעפּובליק, װאָס איז אױפֿגעקומען נאָך דער ערשטער װעלט־מלחמה, האָט זיך געשניטן אױף אַ רעגיאָנאַלער סופּערמאַכט מיט אַ היסטאָרישן „שליחות‟ אַרײַנצוברענגען אַלע אַרומיקע פֿעלקער אונטערן דאַך פֿון דער פּױלישער קולטור, פּונקט אַזױ װי רוסלאַנד הײַנט סטאַרעט זיך צו בױען אַן אײגענע „רוסישע װעלט‟, מחוץ די גרענעצן פֿון דער רוסישער פֿעדעראַציע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.