מיט עפּעס אַ צײַט צוריק האָט מען מיך אין אוניווערסיטעט, וווּ איך אַרבעט, פֿאַרבעטן צו קומען אויף אַן אַסיפֿה, בשעת וועלכער עס זײַנען באַגריסט געוואָרן די מיטאַרבעטער, וואָס האָבן געהאַט אָפּגעאַרבעט אַ קײַלעכדיקע צאָל יאָרן. מע האָט מיר אַפֿילו געגעבן עפּעס אַ צאַצקע, איך זאָל זי קענען צוטשעפּען צו מײַן מאַרינאַרקע (זי ליגט בײַ מיר, פֿאַרשטייט זיך, אין אַ שיפֿלאָד). דער „פֿאָרווערטס‟ האָט ניט אַזעלכע טראַדיציעס. אפֿשר איז עס אַ ירושה פֿון זײַן אַמאָליקן סאָציאַליזם — מע מאַכט ניט קיין באַזונדערע קונצן מיט די מחברים. מע באַגריסט, בדרך־כּלל, ניט מיט קיין שום יובילייען. אַזוי איז אַדורך אויך דער 25סטער יאָרטאָג פֿון מײַן שרײַבן פֿאַר דער צײַטונג.
האָב איך באַשלאָסן זיך אַליין צו באַגריסן, ניט וואַרטנדיק אויף קיין שום „יוביליי־סיגנאַלן‟ מצד דער „פֿאָרווערטס‟־אַסאָציאַציע און רעדאַקציע. צוריק גערעדט, אַזוי איז נאָך בעסער, אָן טראַסק פֿון פּאַראַדנע ווערטער און צאַצקעס. אין אַ געוויסן זין איז עס אויך טראַדיציאָנעל ייִדישלעך: אין די פֿריִערדיקע צײַטן האָט מען דאָך בײַ ייִדן קיין געבוירן־טעג ניט אָפּגעמערקט, און אָפֿט מאָל האָט מען זיי פּינקטלעך ניט געדענקט — אַ יאָר אַהין צי אַ יאָר אַהער האָט קיין ראָלע ניט געשפּילט.
איך געדענק שוין ניט פּינקטלעך, ווי דאָס איז אַלץ געשען — אַז איך האָב אָנגעהויבן שיקן נאָטיצן פֿון מאָסקווע, וווּ איך האָב דעמאָלט געאַרבעט אין דער רעדאַקציע פֿון דעם ייִדישן זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟ און געווען אויך אַ מין קאָכלעפֿל, לחלוטין ניט פֿון די וויכטיקסטע, צווישן די מאָסקווער ייִדישע אַקטיוויסטן. אויב איך פּלאָנטער ניט, האָט זיך מײַן קאָנטאַקט מיטן „פֿאָרווערטס‟ אײַנגעשטעלט, ווען קיין מאָסקווע איז אין פֿעברואַר 1989 געקומען האַראָלד (הערשל) אָסטראָף ז”ל, דער דעמאָלטיקער פֿאַרוואַלטער פֿון דער „פֿאָרווערטס‟־אַסאָציאַציע.
אין דער סאָוועטישער הויפּטשטאָט איז אין יענע טעג געגאַנגען כאָדאָראָם, ווײַל מע האָט געעפֿנט אַ ייִדישן קולטור־צענטער, וועלכן מע האָט געגעבן דעם נאָמען פֿון שמלה מיכאָעלס, דעם אומגעבראַכטן (אין יאַנואַר 1948) אָנפֿירער פֿונעם מאָסקווער ייִדישן טעאַטער. פֿון דעם דאָזיקן צענטער איז פֿאַקטיש גאָרנישט ממשותדיקס ניט אויסגעוואַקסן, אָבער געסט זײַנען אָנגעלאָפֿן פֿון דער גאָרער וועלט, און אַ דאַנק דעם האָבן זיך אָנגעקניפּט קאָנטאַקטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.