אַ 25־יאָריקער יוביליי פֿון שרײַבן פֿאַרן „פֿאָרווערטס‟

Celebrating 25 Years of Writing For the Forverts


פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published November 21, 2014, issue of December 19, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

איך האָב זיך, בפֿרט, באַקענט מיט אָסטראָפֿן. ער האָט פֿאַרשריבן מײַן אַדרעס, און אין עפּעס אַ צײַט אַרום, גאָר ניט גלײַך, איז אָנגעקומען אַ בריוו פֿון יאָסל מלאָטעקן ז”ל, דעם פֿאַרטרעטער פֿונעם שעף־רעדאַקטאָר. זייער וואַרעמע זכרונות זײַנען בײַ מיר פֿאַרבליבן אי וועגן אָסטראָפֿן, אי וועגן מלאָטעקן, אי וועגן אַנדערע מענטשן אין דער רעדאַקציע, מיט וועלכע איך האָב זיך שפּעטער באַקענט. מלאָטעק האָט מיך „רעקרוטירט‟ צו שרײַבן פֿאַר דער צײַטונג. אַזוי איז דער „פֿאָרווערטס‟ אַרײַן אין מײַן לעבן, הגם תּחילת האָב איך געשריבן נאָר פֿון מאָל צו מאָל, ווײַט ניט אַזוי אָפֿט ווי איצט. נאָך מער: דעמאָלט האָב איך זיך אַפֿילו ניט פֿאָרגעשטעלט, ווי אַזוי מע קען שרײַבן אַזוי אָפֿט.

וואָס איז די הויפּט־דערפֿאַרונג, וועלכע איך האָב אַרויסגעטראָגן פֿון אָט דעם פֿאַרגאַנגענעם פֿערטל יאָרהונדערט? איך מיין, אַז דרייסטקייט. אָן דרייסטקייט איז דאָך, בכלל, אוממעגלעך צו באַשעפֿטיקן זיך מיט זשורנאַליזם. דו אַנטפּלעקסט דײַנע אָפּשאַצונגען, געדאַנקען, און דער לייענער קען עס אויפֿנעמען — און נעמט טאַקע אויף — סײַ פּאָזיטיוו, סײַ נעגאַטיוו. ער קען דיך אַפֿילו אויסלאַכן, אָדער מאַכן מיט דער בלאָטע גלײַך. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס מע דאַרף זײַן גרייט צו האָבן אַזעלכע מאָמענטן ווען עס ווילט זיך שרײַען: „גאָטעניו! איך האָב דאָך געזאָגט אַ נאַרישקייט!‟ אָדער: „צוליב וואָס האָב איך בכלל געדאַרפֿט זיך פֿאַרפֿירן מיט אָט דעם ענין?‟ אָבער די דאָזיקע נאַרישקייט צי עפּעס אַ זאַך, וועגן וועלכער מע האָט געקענט מאַכן אַ שווײַג, איז שוין אַוועק אין דרוק און — פֿאַרפֿאַלן.

איך האַלט זשורנאַליזם פֿאַר אַ שווערער, אַפֿילו געפֿערלעכער מלאכה. קיין כּבֿוד־זוכער האָט אין איר גאָרנישט צו טאָן. צו מאָל האָב איך אַ געפֿיל, אַז איך שטיי אַ נאַקעטער פֿאַר אַן עולם, ווי אַ מענטש פֿון אַ נודיסטישער פּלאַזשע, וואָס האָט זיך צופֿעליק פֿאַרבלאָנזשעט אין אַ לײַטיש פֿאַרפּוצטער געזעלשאַפֿט. שטייסטו זיך אַזוי און דער עולם קוקט אויף דיר, באַטראַכט דיך נײַגעריק פֿון פֿאַרשיידענע זײַטן. און מע דאַרף באמת האָבן אַ „דיקן פֿעל‟ דאָס אַלץ צו פֿאַרטראָגן.

מײַן 25־יאָריקע מיטאַרבעט וואָלט געווען אוממעגלעך, אויב איך וואָלט פֿון דעם קיין הנאה ניט געהאַט. איך מוז זאָגן דעם אמת: איך האָב ליב דעם „פֿאָרווערטס‟. און אין מײַן אייגענעם יוביליי ווינטש איך אים אויסדויער. ער קען ניט אונטערגיין, ווײַל אָן אים וועט די ייִדישע וועלט ווערן ניט בלויז אָרעמער, נאָר פּשוט אָרעם, זייער אָרעם. איך רעד שוין ניט וועגן דעם, אַז איך — און אַזעלכע ווי איך — וועלן פּשוט ניט האָבן וווּ צו שרײַבן.