אַ מלוכה פֿאַר זיך

A State of Our Own


פֿון לייזער בורקאָ

Published November 23, 2014, issue of December 19, 2014.

נאָך די איצטיקע וואַלן, אין וועלכע די רעפּובליקאַנער האָבן אָפּגעהאַלטן אַזאַ גרויסן נצחון, האָט זיך ווי אַ שווערע כמאַרע אַראָפּגעלאָזט אַ מרה־שחורה איבער די בלויע שטאַטן — די ווייניק פֿאַרבליבענע בײַם אַמעריקאַנער מיזרח־ און מערבֿ־ברעג, וווּ די דעמאָקראַטן האָבן באַוויזן צו האַלטן זייערע פּאָזיציעס. די רעפּובליקאַנער האָבן געוווּנען דאָס רעפּרעזענטאַנטן־הויז מיט אַ גרויסער מערהייט, אײַנגענומען דעם סענאַט, און פֿאַרכאַפּט נאָך עטלעכע שטאַטישע לעגיסלאַטורן און גובערנאַטאָרן, אַזוי אַז די פּאָליטישע מאַפּע איז איצט כּמעט אין גאַנצן באַפֿאַרבט מיט רויט.

נאָר מיט זעקס יאָר צוריק איז געווען אַזאַ ברען און התפּעלות צווישן אונדזערע ליבעראַלן, זיי האָבן ממש געטאַנצט אין די גאַסן. מע האָט אָפֿן געשמועסט, אַז די גרויסע באַנקירער, וואָס האָבן רויִנירט די עקאָנאָמיע, וועלן פֿאַרמישפּט ווערן, און אַפֿילו, אַז דער סאָציאַליסטישער געדאַנק איז בײַ אונדז אויפֿגעשטאַנען תּחית־המתים. אָבער איצט האָט פֿון די אַלע האָפֿענונגען זיך אויסגעלאָזט אַ בוידעם און די שוואַרצע כּוחות פֿון רעאַקציע זײַנען ווידער בײַ דער מאַכט, זאָל גאָט אונדז שומר־ומציל זײַן.

אַזוי אומגליקלעך ווי מײַנע ליבעראַלע פֿרײַנד בין איך נאָך ניט, ווײַל, ערשטנס, פֿון די איצטיקע וואַלן ביז די קומענדיקע איז נאָר אַ קאַצנשפּרונג, און מע קען זיך ריכטן, אַז אין משך פֿון צוויי יאָר וועט מען דאָך ניט באַווײַזן אַלץ קאַליע צו מאַכן; און צווייטנס, ווײַל איך בין פּערזענלעך אַ ביסל באַקאַנט מיט די דאָזיקע שוואַרצע כּוחות און איך האָב ניט אַזוי שטאַרק מורא פֿאַר זיי. אין מײַן נאַרישער יוגנט בין איך אַ פּאָר יאָר געווען אַרײַנגעטאָן אין די „אוניווערסיטעט־רעבובליקאַנער‟ בײַם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט, און איך בין אַפֿילו איין זמן געווען דער אומדערוויילטער פּרעזידענט פֿון דעם דאָזיקן קלוב.

די מעשׂה איז אַזוי: די פֿירערשאַפֿט איז געלעגן אין די הענט פֿון פֿיר קלוגע, בוזעמדיקע סטודענטקעס (איינע אַ ייִדישע, האָט זי אָבער געהאַט אַ חבֿר), וואָס האָבן אַזוי שווער געאַרבעט, אַז זיי האָבן אַלע גראַדויִרט מיט איין זמן פֿריִער, אין מיטן ווינטער. האָבן זיי אויף אַן אומדעמאָקראַטישן אופֿן, ניט פֿרעגנדיק בײַ די מיטגלידער, מיך באַשטימט ווי זייער יורש, און איך האָב כּלומרשט געדינט ווי פּרעזידענט בעתן פֿרילינג־זמן. פֿאַר מײַנע ליבעראַלע פֿרײַנד שעם איך זיך ניט דאָס צו זאָגן, ווײַל בעת מײַן קאַדענץ האָב איך געהאַט דאָס גרויסע פֿאַרדינסט, וואָס איך האָב פֿאַר דער אָרגאַניזאַציע כּמעט גאָרניט ניט געטאָן. און אַזוי האָט זיך געענדיקט מײַן פּאָליטישע קאַריערע.

ווער עס לייענט אָדער זעט די פּאָליטישע נײַעס, כאַפּט זיך, סוף־כּל־סוף, לכל־הפּחות נאָך עטלעכע יאָר, אַז כּמעט די אַלע רייד זײַנען אַרויסגעוואָרפֿן: ביידע צדדים חזרן כּסדר איבער די זעלבע אויסגעדראָשענע לאָזונגען, שוין 20 יאָר האָט מען קיין שום נײַס ניט געבראַכט פֿאַר די ליפּן. מען וואָלט געמיינט, אַז דעם עולם נודיעט שוין דערפֿון, נאָר פֿאַרקערט — וויפֿל מע זאָל ניט רעדן וועגן דער פּאָליטיק, איז אונדז ווייניק. ס׳איז אַן אייביקער קוואַל פֿון אויסגעקליגלטע אַנאַליזן און פּלאַפּלערײַ, וואָס שעפּט זיך קיין מאָל ניט אויס. דער דאָזיקער אַרטיקל, זעט איר דאָך, איז אויך אַ בײַטראָג צום מבול פֿון אומנוציקע פּאָליטישע גערעדערײַען, און פֿאָרט לייענט איר אים…