אַ מלוכה פֿאַר זיך

A State of Our Own


פֿון לייזער בורקאָ

Published November 23, 2014, issue of December 19, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

די אַמעריקאַנער פּאָליטישע דיסקוסיעס וואָלטן געהאַט מער שׂכל און אפֿשר געבראַכט בעסערע רעזולטאַטן, ווען מע הייבט אָן רעדן אָפֿן וועגן די ממשותדיקע סטרוקטורעלע פּראָבלעמען פֿון אונדזער רעגירונג־סיסטעם. למשל, וועגן דעם אופֿן ווי אַזוי די פּאָליטישע קאַמפּאַניעס ווערן הײַנט פֿינאַנצירט דורך די גרויסע געלט־געבער, אָדער וועגן „דזשערימאַנדערינג‟ — דער צעטיילונג פֿון וואַל־דיסטריקטן מיט אַזעלכע אַבסורדע גרענעצן, מיטן קאָפּ אין יעהופּעץ און די פֿיס אין אוזבעקיסטאַן, כּדי צו פֿאַרזיכערן אַ פּאַרטיייִשע מערהייט. ס׳איז אויך צײַט צו רעדן וועגן דער עצם־אומדעמאָקראַטישקייט פֿון אונדזער סענאַט, וווּ עס זיצן צוויי סענאַטאָרן פֿון קאַליפֿיאָרניע (אַ שטאַט מיט 38 מיליאָן אײַנוווינער) אָדער פֿון טעקסאַס (26 מיליאָן), אָבער אויך צוויי פֿון ווײַאָמינג און פֿון ווערמאָנט, וואָס יעדער פֿון זיי האָט נאָר 600,000. קומט אויס, אַז אינעם סענאַט ציילט איין שטים פֿון ווײַאָמינג פֿאַר 63 שטימען פֿון קאַליפֿאָרניע; מיט אַזאַ מין דעמאָקראַטיע האָט מען נאָך שטאָלצירט אין צאַרישן רוסלאַנד.

אָבער צי עמעצער לייגט פֿאָר אַ פּלאַן, ווי אַזוי צו פֿאַרריכטן די סיסטעם און זי צו מאַכן מער דעמאָקראַטיש און אויסגעהאַלטן? חלילה. דאָ האָט מען דעם גרעסטן דרך־ארץ פֿאַרן „גאונות פֿון די גרינדער‟ — פֿאַר יענע שקלאַפֿן־הענדלער און לאַנד־רויבער, וואָס האָבן אונדז געבענטשט מיט אַ קאָנסטיטוציע, וואָס פֿאַרזיכערט דאָס רעכט פֿון יעדער בהמה צו טראָגן געווער, און וואָס האָט געציילט אַן אַפֿראָ־אַמעריקאַנער ווי דרײַ־פֿינפֿטל פֿון אַ מענטש. עס קען ניט געמאָלט זײַן, אַז אַזעלכע גרויסע טעאָרעטיקער פֿון דעמאָקראַטיע, וואָס האָבן נאָך ניט געוווּסט צו וואַשן די הענט פֿאַרן עסן, האָבן מיט 227 יאָר צוריק אפֿשר געהאַט אַ טועת!

בכלל זײַנען די רויטע שטאַטן מיט זייערע גאָטספֿאָרכטיקע און באַוואָפֿנטע מאַסן, וואָס נעמען אַרום דאָס גאַנצע אַמעריקאַנער „האַרצלאַנד‟, גלײַך ווי אַ שווערע משׂא, וואָס ליגט אויפֿן קאַרק פֿון די בלויע שטאַטן. ס׳איז איראָניש, אַזי די רעפּובליקאַנער באַקלאָגן זיך כּסדר וועגן די הויכע שטײַערן און די מלוכישע סובסידיעס, ווײַל די רויטע שטאַטן זײַנען דווקא היפּש אָרעמער ווי די בלויע; דעריבער צאָלן די רויטע אַ סך ווייניקער שטײַערן און באַקומען אויך מער הילף פון דער פֿעדעראַלער רעגירונג. נאָר אַזוי איז עס: דער וואָס האָט ניט וויל, אַז קיין אַנדערע זאָלן אויך ניט האָבן. פֿונעם עקאָנאָמישן שטאַנדפּונקט וואָלט געווען בעסער פֿאַר די בלויע שטאַטן, ווען זיי טרייסלען זיך אָפּ פֿון די רויטע אין גאַנצן און מאַכן אַ מלוכה פֿאַר זיך, וואָלטן זיי כאָטש ניט געדאַרפֿט סובסידירן זייערע קאַרגע ברידער.

נאָר קודם איז נאָך ניט געקומען די צײַט מייאש צו זײַן אין אַמעריקע, די גאולה קען נאָך קומען. און דערצו נאָך דאַרף מען האָבן אין זינען די צענדליקער מיליאָנען אומשולדיקע מענטשן, וואָס וווינען אין די רויטע שטאַטן. אַ סך פֿון די שטאַטן זײַנען באמת ניט רויט, נאָר פּערפּל, מיט אַ גרויסער דעמאָקראַטישער מינדערהייט; נעמט, למשל, די גרויסע שוואַרצע באַפֿעלקערונג פֿון די דרום־שטאַטן. אָן דער השפּעה (און געלט) פֿון די בלויע שטאַטן, וואָלטן די דאָזיקע פּאָליטישע פּליטים געווען אויסגעשטעלט אויפֿן גאַנצן עקאָנאָמישן און סאָציאַלן אַכזריות פֿון זייערע שכנים. דעריבער איז פֿון מענשטלעכקייט וועגן, אויב ניט צוליב פּאַטריאָטיזם, דאַרף מען אויפֿהאַלטן די איצטיקע סיסטעם און האָפֿן, אַז די צוקונפֿט וועט ברענגען עפּעס בעסערס.