אויפֿן שאָסיי 22, אין ניו־יאָרק, עטלעכע מײַל נאָכן סוף פֿון דער האַרלעם־באַן־ליניע, געפֿינט זיך אַ שטעטל, אַרומגערינגלט מיט גרויסע בערג: אַמעניע. אַ מאָל איז עס געווען פֿול מיט אַרץ־מינעס — און אויך אַ זומערהיים פֿאַר ייִדישע אַרבעטער פֿון דער שטאָט ניו־יאָרק. הײַנט געפֿינען זיך דאָרט אָבער, צום גרעסטן טייל, אַנטיקוואַריאַטן.
ווי איינער וואָס איז דערצויגן געוואָרן אין אַ דערבײַיִקן שטעטל, האָט זיך מיר פֿאַרגלוסט אויסגעפֿונען די ייִדישע געשיכטע פֿון אַמעניע. בין איך געפֿאָרן אַהין, און אַרײַן אין דער געוועזענער עלעמענטאַר־שול, וואָס דינט הײַנט ווי דאָס ראַטהויז פֿון שטעטל. די געוועזענע קלאַסצימערן זענען פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין ביוראָען און אַ געריכט־זאַל; דער אַמאָליקער אָפֿיס פֿון דער קראַנקן־שוועסטער דינט איצט ווי אַ תּפֿיסה, און די טואַלעטן זענען נידעריקע, אַזוי ווי עס פּאַסט פֿאַר קינדער. אינעם ראָטהויז האָב איך זיך געטראָפֿן מיט נאָרמאַן מור, אַ געוועזענער אַדוואָקאַט אין אַמעניע. הײַנט פֿירט ער אָן מיט דער אָרטיקער היסטאָרישער געזעלשאַפֿט און דינט ווי אַ ריכטער; זײַן פֿרוי, מאָרין, איז זײַן געהילף.
מיר זענען ביידע אַרײַן אין מײַן אויטאָ און צוגעפֿאָרן צו אַן אָרטיקער סאַזשלקע — אַלץ וואָס ס׳איז פֿאַרבליבן פֿון דער אַמאָליקער „אַמעניע־אָזערע‟. מור האָט מיר געוויזן אַן אַלטע קאָלירטע פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון דער אָזערע, אַרומגערינגלט מיט בײַדלעך באַדעקט מיט רויטע דעכער: דער ערשטער זומער־האָטעל אין אַמעניע.
די אונטערנעמער, וואָס האָבן געבויט דעם האָטעל, האָבן עס גערופֿן „דאָס ניו־יאָרקער וואַקאַציע־אָרט‟. אין איין בראָשור איז געשטאַנען אַ כּלומרשטיקער ציטאַט פֿון אַ זומער־תּושבֿ: „מסתּמא די בעסטע טעג פֿון אונדזער לעבן האָבן מיר פֿאַרבראַכט בײַ דער אָזערע אין די בערג.‟
געהייסן האָבן די אונטערנעמער פֿרענק און וואָלטער ביקמאַן. זיי זענען געווען צוויי ברידער פֿון אַן אַסימילירטער ייִדישער משפּחה, וועלכע האָבן, אַ פּנים, אויסגעלייגט גרויסע געלטער, כּדי צו שאַפֿן די זומערהיים אין די בערג. זיי האָבן אָנגעשטעלט אַן אָרקעסטער, וווּ די מוזיקער האָבן געטראָגן ווײַסע הייזקעס מיט מאַרינאַרקעס בײַ טאָג — און מאַטראָסן־קאָסטיומען אין אָוונט. זיי האָבן געבויט אַ פּלאַזשע און אַ שיפֿל־פּאָרט; אַ בינע, וואָס שוועבט אויף דער אָזערע, און אַ צוויי־שטאָקיקע הילצערנע געבײַדע בײַם וואַסער.
אויף דער אָפֿיציעלער עפֿענונג אין יולי 1927 האָט מען אַרויסגעשאָסן פֿײַערווערק אין הימל, און דורכגעפֿירט אַ פּאָלאָ־מאַטש. ס׳איז אויך פֿאַרבײַגעפֿלויגן אַ קליינער עראָפּלאַן מיט די ווערטער Lake Amenia אָנגעשריבן אויף די פֿליגל, וואָס האָט, נעבעך, געקראַכט אין וואַלד, און מע האָט דעם פּילאָט געדאַרפֿט פֿירן אין שפּיטאָל.
אַרנאָלד ראָטשטיין, אַ 82־יאָריקער ייִד, געדענקט אָבער עפּעס אַנדערש וועגן יענעם האָטעל. נישט געקוקט אויף דעם וואָס די גרינדער זענען געווען ייִדן, זענען ייִדישע באַזוכער געווען פֿאַרווערט אַהין צו קומען. „הינט, ייִדן און שוואַרצע האָט מען אַהין נישט אַרײַנגעלאָזט,‟ האָט ראָטשטיין געזאָגט. ער אַליין האָט פֿאַרבראַכט די זומערן אין אַ צווייטן „וואַקאַציע־לאַנד‟ אין אַמעניע, וווּהין עס פֿלעגן יעדן זומער קומען רוסיש־ייִדישע אימיגראַנטן פֿון ניו־יאָרק, פּשוטע אַרבעטער.
זיצנדיק מיט ראָטשטיין אין דער אַמעניער ביבליאָטעק, האָב איך איבערגעקוקט זײַנע קאָלירטע פּאָסטקאַרטלעך פֿון פֿיר אַמאָליקע ייִדישע פּאַנסיאָנען אין אַמעניע. ראָטשטיינס באָבע־זיידע האָבן פֿאַרמאָגט איינעם פֿון זיי: דער „וויביטאָק־האָטעל‟, וואָס האָט געהאַט אָרט פֿאַר מער ווי הונדערט געסט.
ראָטשטיינס אַן עלטער־פֿעטער האָט פֿאַרמאָגט אַ צווייטן פּאַנסיאָן — דער „ראָקסי־האָטעל‟, און אַ דריטער, לעאָן ראָטשטיין, איז געווען דער אייגנטימער פֿון „לייקוויו־האַוס‟.
דאָראָטי אָסאָפֿסקי, אַן עלטערע פֿרוי, וועלכע טראָגט הײַנט אַ „חי‟־קייטל אַרום האַלדז, האָט מיר דערציילט, אַז איר משפּחה איז צום ערשטן מאָל געקומען קיין אַמעניע אין זומער 1945. זי, אַ 15־יאָריק מיידל פֿון בענסאָנהערסט, ברוקלין, האָט גאַהאַט געהערט, אַז די זומערהיים אין אַמעניע איז גלײַך ווי אַ ייִדישער גן־עדן: „מיאַמי־ביטש, אָבער אָן די הײַפֿיש [sharks]; די קאַטסקיל־בערג — אָן דעם געפֿאָר אויף די וועגן, און האַוואַנע, קובאַ — אָן דער מאַפֿיאַ.‟
אָסאָפֿסקי געדענקט, אַז עס זענען דעמאָלט געווען פֿינף פּאַנסיאָנען, אַ קינאָ און אַ שיל. איר באָבע האָט מען אָנגעשטעלט ווי אַ קעכין אינעם Grand House Hotel — אַ ייִדישער פּאַנסיאָן אין מיטן שטעטל, און זי איז מיטגעפֿאָרן, כּדי צו זען ווי עס זעט אויס דאָרט. ווי אַ שטאָטמיידל, איז זי לכתּחילה געווען אַנטוישט. „אַמעניע האָט מיר אויסגעזען ווי אַן אָרט פֿול מיט קי און טוריסטן,‟ האָט זי געזאָגט. הײַנט אָבער געדענקט זי אירע זומערן דאָרט מיט ליבשאַפֿט.
מיר האָט זיך טאַקע געוואָלט פֿאַרשטיין, פֿאַר וואָס וואָלטן צוויי ברידער, וואָס שטאַמען פֿון אַ ייִדישער משפּחה, געשאַפֿן אַ וואַקאַציע־אָרט וואָס לאָזט דווקא נישט אַרײַן קיין ייִדן? נאָכן אויספֿרעגן די געוועזענע ייִדישע אײַנוווינער איז מיר באַלד געוואָרן קלאָר: די ברידער ביקמאַן זענען געווען דײַטשע ייִדן, און ווי אַ סך אַנדערע „יעקעס‟ פֿון יענע יאָרן, האָבן זיי אַראָפּגעקוקט אויף די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן. דערפֿאַר איז דאָס פֿאַרווערן ייִדן געווען בײַ זיי אַ מעלה.
הײַנט זענען אין אַמעניע מער נישטאָ קיין ייִדישע משפּחות, אָבער די שיל, וואָס איז פֿריִער געווען אַן אָרטאָדאָקסישע, איז איצט אַ רעפֿאָרם־סינאַגאָגע, „בית דוד‟, מיט אַ טייל־צײַטיקן ראַבינער און אַ מיטגלידערשאַפֿט פֿון 41 מענטשן; אַ סך פֿון זיי — באַזוכער וואָס קומען אַהין בלויז אין די סוף־וואָכן. דאָס געבײַדע איז שטאַרק אָפּגעלאָזן; די פֿאַרב שיילט זיך אָפּ פֿון די ווענט, און עס פֿילט זיך פֿון שימל. אין יולי איז נאָך אַלץ געשטאַנען אין קיך אַ קעסטל מצות פֿון פּסח.
„אַ שאָד, וואָס די ייִדן זענען אַוועק,‟ האָט דאָראָטי אָסאָפֿסקי געזיפֿצט. „ס׳איז געווען אַ שיינע איבערלעבונג, אַן אייגנאַרטיקער לעבנס־שטייגער.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.