אויפֿן שאָסיי 22, אין ניו־יאָרק, עטלעכע מײַל נאָכן סוף פֿון דער האַרלעם־באַן־ליניע, געפֿינט זיך אַ שטעטל, אַרומגערינגלט מיט גרויסע בערג: אַמעניע. אַ מאָל איז עס געווען פֿול מיט אַרץ־מינעס — און אויך אַ זומערהיים פֿאַר ייִדישע אַרבעטער פֿון דער שטאָט ניו־יאָרק. הײַנט געפֿינען זיך דאָרט אָבער, צום גרעסטן טייל, אַנטיקוואַריאַטן.
ווי איינער וואָס איז דערצויגן געוואָרן אין אַ דערבײַיִקן שטעטל, האָט זיך מיר פֿאַרגלוסט אויסגעפֿונען די ייִדישע געשיכטע פֿון אַמעניע. בין איך געפֿאָרן אַהין, און אַרײַן אין דער געוועזענער עלעמענטאַר־שול, וואָס דינט הײַנט ווי דאָס ראַטהויז פֿון שטעטל. די געוועזענע קלאַסצימערן זענען פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין ביוראָען און אַ געריכט־זאַל; דער אַמאָליקער אָפֿיס פֿון דער קראַנקן־שוועסטער דינט איצט ווי אַ תּפֿיסה, און די טואַלעטן זענען נידעריקע, אַזוי ווי עס פּאַסט פֿאַר קינדער. אינעם ראָטהויז האָב איך זיך געטראָפֿן מיט נאָרמאַן מור, אַ געוועזענער אַדוואָקאַט אין אַמעניע. הײַנט פֿירט ער אָן מיט דער אָרטיקער היסטאָרישער געזעלשאַפֿט און דינט ווי אַ ריכטער; זײַן פֿרוי, מאָרין, איז זײַן געהילף.
מיר זענען ביידע אַרײַן אין מײַן אויטאָ און צוגעפֿאָרן צו אַן אָרטיקער סאַזשלקע — אַלץ וואָס ס׳איז פֿאַרבליבן פֿון דער אַמאָליקער „אַמעניע־אָזערע‟. מור האָט מיר געוויזן אַן אַלטע קאָלירטע פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון דער אָזערע, אַרומגערינגלט מיט בײַדלעך באַדעקט מיט רויטע דעכער: דער ערשטער זומער־האָטעל אין אַמעניע.
די אונטערנעמער, וואָס האָבן געבויט דעם האָטעל, האָבן עס גערופֿן „דאָס ניו־יאָרקער וואַקאַציע־אָרט‟. אין איין בראָשור איז געשטאַנען אַ כּלומרשטיקער ציטאַט פֿון אַ זומער־תּושבֿ: „מסתּמא די בעסטע טעג פֿון אונדזער לעבן האָבן מיר פֿאַרבראַכט בײַ דער אָזערע אין די בערג.‟
געהייסן האָבן די אונטערנעמער פֿרענק און וואָלטער ביקמאַן. זיי זענען געווען צוויי ברידער פֿון אַן אַסימילירטער ייִדישער משפּחה, וועלכע האָבן, אַ פּנים, אויסגעלייגט גרויסע געלטער, כּדי צו שאַפֿן די זומערהיים אין די בערג. זיי האָבן אָנגעשטעלט אַן אָרקעסטער, וווּ די מוזיקער האָבן געטראָגן ווײַסע הייזקעס מיט מאַרינאַרקעס בײַ טאָג — און מאַטראָסן־קאָסטיומען אין אָוונט. זיי האָבן געבויט אַ פּלאַזשע און אַ שיפֿל־פּאָרט; אַ בינע, וואָס שוועבט אויף דער אָזערע, און אַ צוויי־שטאָקיקע הילצערנע געבײַדע בײַם וואַסער.
אויף דער אָפֿיציעלער עפֿענונג אין יולי 1927 האָט מען אַרויסגעשאָסן פֿײַערווערק אין הימל, און דורכגעפֿירט אַ פּאָלאָ־מאַטש. ס׳איז אויך פֿאַרבײַגעפֿלויגן אַ קליינער עראָפּלאַן מיט די ווערטער Lake Amenia אָנגעשריבן אויף די פֿליגל, וואָס האָט, נעבעך, געקראַכט אין וואַלד, און מע האָט דעם פּילאָט געדאַרפֿט פֿירן אין שפּיטאָל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.