(די 2 טע זײַט פֿון 2)
די שטילקייט, פֿול מיט פּולווער, האָט זיך אָפּגעהיט, און איצטער קומען אָן ידיעות וועגן אַ גראַנאַט, וואָס האָט זיך אויפֿגעריסן אין אַ געשעפֿט פֿון אַ דרוז — די נקמה פֿון די מוסולמענער. פֿאַרוואָס האָבן די פּאָר קאַפֿיעס אָנגעצונדן אַזאַ העלישן פֿײַער? מע קען אָנרופֿן עטלעכע סיבות:
אין דעם בריטישן צענזוס פֿון 1922 איז אַבו-סנאַן געווען אַ דאָרף פֿון כּמעט נאָר דרוזן און קריסטן, מיט גאָר געציילטע מוסולמענער. זינט דעמאָלט זײַנען די מוסולמענער געוואָרן דאָס רובֿ פֿונעם דאָרפֿס אײַנוווינער, און לעצטנס האָבן זיי געפֿאָדערט מע זאָל דורכפֿירן וואַלן, אין וועלכע זיי וואָלטן געוויס געקענט געווינען.
די אַמאָליקע גאַסטגעבער, קריסטן און דרוזן, געפֿעלט נישט דער נײַער מצבֿ, וואָס האָט זיך געמאַכט צוליב דער אויפֿגעקומענער מערהייט פֿון מוסולמענער.
די דרוזן, אין פֿאַרגלײַך מיט די מוסולמענער, דינען אין צה”ל זינט יאָר 1956, און דאָס שאַפֿט שטענדיקע רײַבונגען צווישן די צוויי באַפֿעלקערונגען. די מוסולמענער האַלטן די דרוזן פֿאַר פֿאַררעטער.
דער רעליגיעזער עלעמענט האָט אָפּגערוקט די אַמאָליקע אַראַבישקייט אויף אַ זײַט — קאַמף קעגן קאָלאָניאַליזם און וועלטלעכער קולטור.
די אַראַבישע וועלט, אָדער וואָס ס‘בלײַבט פֿון איר צעברעקלט זיך אויף עדות, שבֿטים און רעליגיעס. נישטאָ שוין מער סיריער, לבֿנונער, יאָרדאַנער און פּאַלעסטינער; יעדע עדה מאַכט שבת פֿאַר זיך, פֿאַרמאַכט זיך, באַשיצט זיך און קוקט אויפֿן אַרום מיט חשד און מורא.
אין סיריע און לבֿנון זענען געווען די קריסטן און דרוזן די הויפּט צעפּויקער פֿון אַראַבישקייט. זיי האָבן נישט געטראַכט, אַז דער איסלאַמיסטישער חלף קאָן אַמאָל בלײַבן ליגן אויף זייער האַלדז. צענדליקער דרוזן זענען געהרגעט געוואָרן אין קאַמפֿן אין סיריע קעגן „דזשאַבהאַט-אַל-נוסראַ‟ נאָר יענע וואָך. אין לבֿנון זענען אויך געפֿאַלן דרוזישע קרבנות אין די קאַמפֿן פֿון דער אַרמיי קעגן די איסלאַמיסטן.
אַז עס קומען אָן ידיעות פֿון סיריע און לבֿנון, זענען זיי ווי פֿונקען, וואָס קאָנען אָנצינדן אַ גרויס פֿײַער; דאָס האָט אַ דירעקטע השפּעה אויף די באַציִונגען אין די ישׂראל־דערפֿער, וווּ עס וווינט די מינדערהייט מיט די, וואָס אין אַנדערע אומשטענדן און לענדער, וואָלט מען זי אויסגעקוילעט.
די מינדערהייט אין דעם מיטל-מיזרח פֿילט זיך באַדראָט צוליב דער איסלאַמיסטישער כוואַליע, און רעאַגירט מיט פֿיל נערוועזקייט און געוואַלד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.