געוויינטלעך, ווערט די ווירקלעכקייט אין דעם לענדעלע, וואָס געפֿינט זיך צווישן דעם ירדן-טײַך און דעם ים, באַשריבן דורך פֿרעמדע באַגריפֿן, וואָס קומען נישט אין באַריר מיט דער היגער סיטואַציע. די באַגריפֿן זאָגן גיכער עדות וועגן די אינערלעכע ראַנגלענישן אין די געזעלשאַפֿטן אָדער מענטשן וואָס ניצן זיי.
אַ מאָל ווערט דער מצבֿ באַשריבן ווי צווישן „קאָלאָניאַליסטן‟ (ייִדן) און „היגע‟ (אַראַבער); „אַפּאַרטהײַד‟ פֿון „ווײַסע‟ (ייִדן), וואָס דרוקן אונטער שוואַרצע (אַראַבער); אָדער גאָר נאַציס (יאָ, ווידער ייִדן) און זייערע קרבנות (די אַמאָליקע פֿאַרערער פֿון אַבו-אַלי, היטלערן — אַראַבער).
קאַטאָוועס אויף אַ זײַט, ישׂראל ווערט באַאײַנפֿלוסט, איבערהויפּט צום שלעכטן, פֿון דעם זודיקן אַרום.
אַ גוט שפּיגעלע צו דער הײַנטיקער לאַגע קענען דינען די לעצטע געשעענישן אינעם דאָרף אַבו-סנאַן, געשעעניש, וואָס — נישט האָבנדיק צו טאָן דירעקט מיט ייִדן — זענען זיי נישט רעפּאָרטירט געוואָרן אין די אויסלענדישע נײַעס־אַגענטורן. עס איז נישט אין גאַנצן קלאָר, ווי עס האָבן זיך אָנגעהויבן די אומרוען אין דעם דאָרף, אַבו-סנאַן, אַ דאָרף וווּ עס לעבן צוזאַמען מוסולמענער, דרוזן און קריסטן.
איין געשיכטע הייבט זיך אָן פֿונעם איבערפֿאָרן אין ירושלים אַ דרוזישן אָפֿיציר פֿון די גרענעץ-באַוואַכונג כּוחות, און דעם פֿאַקט, אַז די מוסולמענער אין דעם דאָרף האָבן געפֿײַערט דעם אַטענטאַט. אין אַ צווייטער געשיכטע ווערט געטענהט, אַז די מוסולמענער האָבן געשאָלטן די דרוזישע פֿרויען אין דער געזעלשאַפֿטלעכער מעדיאַ.
יעדנפֿאַלס, דער ערשטער אינצידענט איז געשען, ווען עטלעכע מוסולמענישע תּלמידים זײַנען געקומען אין שול אָנגעטאָן אין קאַפֿיעס אויסצודריקן זייער פּראָטעסט, וואָס די ישׂראלדיקע פּאָליציאַנטן האָבן דערשאָסן און געהרגעט אַן אַראַבישן יונגן מאַן, וועלכער האָט זיי אַטאַקירט מיט אַ מעסער. די אַראַבער אין ישׂראל טוען זיך בדרך־כּלל אָן מערבֿדיק, האָט יאַסיר אַראַפֿאַט געמאַכט פֿונעם טראַדיציאָנעלן מלבוש אַ סימבאָל פֿון דעם פּאַלעסטינער נאַציאָנאַליזם. די דרוזישע תּלמידים האָבן רעאַגירט מיט געוואַלד.
פֿון עטלעכע קאַפֿיעס איז געוואָרן אַ גאַנצע „חתונה‟: אַ שלאַכט מיט גראַנאַטן, מעסערס, שטיינער און שיסערײַ, און צענדליקער פֿאַרוווּנדעטע; צווישן זיי — אויכעט שווער פֿאַרוווּנדעטע. די פּאָליציי האָט אַרײַנגעבראַכט גרויסע כּוחות, כּדי אָפּצוהיטן די אָרדענונג. אָנגעזעענע לײַט, גבֿירים און רעליגיעזע פֿירער האָבן זיך אַרײַנגעלייגט כּדי צו מאַכן אַ „סולכאַ‟, אַז די שכנים, וועלכע זענען איבערנאַכט געוואָרן שׂונאים, זאָלן זיך איבערבעטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.