„יוגנטרוף‟־יובֿל

"Yugntruf" Jubilee

נאַן כיענע בייסעס, לייזער גיליג, פּאָלעט שנײַדער און שמואל זערין
נאַן כיענע בייסעס, לייזער גיליג, פּאָלעט שנײַדער און שמואל זערין

פֿון לייזער בורקאָ

Published November 27, 2014, issue of December 19, 2014.

פֿריִער די גוטע נײַעס: אונדזער ייִדישע יוגנט, ווי זי ווערט רעפּרעזענטירט אין דער אָרגאַניזאַציע „יוגנטרוף‟, איז גוואַלדיק רײַך אין טאַלאַנט, אין ענערגיע, אין לומדות. זי קען זיכער זיך פֿאַרמעסטן מיט דער גרויסער טראַדיציע פֿון די פֿריִערדיקע דורות, וואָס האָבן זיך באַטייליקט אין די פֿאַרצווײַגטע ייִדישע יוגנט־אָרגאַניזאַציעס אין מיזרח־אייראָפּע און אין אַמעריקע — אין איכות, אויב ניט אין כּמות. דאָס איז געווען קלאָר פֿאַר יעדן, וואָס איז בײַגעווען אויפֿן פֿײַערלעכן בענעפֿיט־אָוונט אין בנין פֿון „ייִוואָ‟ לכּבֿוד דעם 50סטן יובֿל פֿון „יוגנטרוף — יוגנט פֿאַר ייִדיש‟, וואָס איז פֿאָרגעקומען דינסטיק, דעם 25סטן נאָוועמבער.

דער ערשטער האָט גערעדט פּראָפֿ’ דוד ראָסקעס פֿון ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר, וואָס דער געדאַנק אַרויסצוגעבן אַ יוגנט־זשורנאַל און צו שאַפֿן אַ נײַע באַוועגונג איז אים אײַנגעפֿאַלן אין פֿרילינג 1964, אין עלטער פֿון 16 יאָר. דעמאָלט האָט ער געוווינט אין מאָנטרעאָל, אָבער מיט דער הילף פֿון אַ צאָל יונגע־לײַט, וואָס האָבן געלערנט בײַ ד”ר מרדכי שעכטער אין ייִדישן לערער־סעמינאַר אין ניו־יאָרק, און אַ גרופּע פֿון „קעמפּ המשך‟, האָט ער געשאַפֿן אַן איניציאַטיוו־גרופּע. די גרינדונג־פֿאַרזאַמלונג פֿון „יוגנטרוף‟ איז פֿאָרגעקומען דעם 30סטן אויגוסט 1964, אויך אין בנין פֿון „ייִוואָ‟, מיט דער באַטייליקונג פֿון איבער 50 יוגנט־דעלעגאַטן.

פּראָפֿ’ דוד ראָסקעס און איוו יאָכנאָוויץ
פּראָפֿ’ דוד ראָסקעס און איוו יאָכנאָוויץ

ווען דער יונגער ראָסקעס איז דעמאָלט געקומען קיין ניו־יאָרק, האָט ד”ר שעכטער אים פֿאָרגעשטעלט פֿאַרן ייִוואָ־גרינדער, ד”ר מאַקס ווײַנרײַך. „פֿרײַנד ראָסקעס‟, האָט ווײַנרײַך דערקלערט, „די ייִדיש־פֿאָרשונג דאַרף אײַך האָבן‟. אָבער צו 16 יאָר האָט די ייִדיש־פֿאָרשונג אים נאָך ניט פֿאַרכאַפּט, ער האָט בעסער געוואָלט ווערן אַ פֿילם־רעזשיסאָר. האָט מען בײַם יובֿל געוויזן אַ קורצן פֿילם, וואָס ראָסקעס האָט אַליין געמאַכט פֿון אַ יוגנרטוף־עקסקורסיע אין 1966 — ממש אַ פּאָסטמאָדערנע שאַפֿונג, ווי ער זאָגט, וווּ דער קלאַנג און דאָס בילד האָבן כּמעט ניט קיין שײַכות צווישן זיך. פֿון די בילדער ווערט קלאָר, ווי יונג זײַנען דעמאָלט געווען יענע ערשטע יוגנטרופֿניקעס — ערשט אויסגעפּיקט זיך פֿון די אייעלעך — און פֿון דעם וואַקסט נאָך די באַוווּנדערונג פֿאַר זייער אויפֿטו. פֿון דעסטוועגן, וועט ניט זײַן קיין פּחיתות־הכּבֿוד פֿאַר פּראָפֿ’ ראָסקעסן, ווען מיר קומען צו דער דעה, אַז די ייִדיש־פֿאָרשונג האָט בײַ אים געוווּנען אַ סך מער ווי די פֿילם־געשיכטע האָט פֿאַרלוירן.

נאָך זכרונות האָט דערציילט גיטל שעכטער, וואָס איז אויפֿגעוואַקסן מיט „יוגנטרוף‟ בײַ זיך אין שטוב: אין 7 צימערן האָט געוווינט די משפּחה שעכטער, און אינעם 8טן צימער איז געווען דאָס „יוגנטרוף‟־ביוראָ. מיט דער פֿאַקטישער אַרבעט צו פֿירן די אָרגאַניזאַציע האָבן זיך פֿאַרנומען אירע טאַטע־מאַמע, מרדכי און טשאַרנע שעכטער, וואָס זײַנען שטענדיק געשטאַנען הינטער די קוליסן, בשעת די יונגע־לײַט, וואָס האָבן כּלמורשט אָנגעפֿירט מיט איר, זײַנען פֿון מאָל צו מאָל אַרײַן און אַרויס.

די מוזיקאַלישע פּראָגראַם בײַם יובֿל־אָוונט איז געווען אויסערגעוויינטלעך. פֿאַר אַזאַ קאָנצערט אַליין וואָלט מען געדאַרפֿט אויספֿאַרקויפֿן אַ גרויסן זאַל מיט צוהערער, אַפֿילו דער אײַנטריט זאָל קאָסטן אַ ביסל טײַערער. די „שעכטער טעכטער‟, ריינע און טעמע שעכטער, האָבן געזונגען פֿונעם קלאַסישן און פֿונעם נײַעם רעפּערטואַר, אַרײַנגערעכנט עטלעכע שיינע לידער פֿון אונדזער „פֿאָרווערטס‟־מיטאַרבעטער שׂרה־רחל שעכטער. נאָך אַ ליד אירס, „היימלאַנד‟, האָט געשפּילט אַ קליינע קאַפּעליע יונגע־לײַט, און פּרעכטיק געזונגען — אַרעלע ווישוואַנאַט.

דער הויכפּונקט פֿונעם אָוונט איז געקומען צום סוף: אַ דרשה פֿון יעקבֿ־פּרץ בלום וועגן דעם איצטיקן מצבֿ פֿון דער באַוועגונג. דאָ איז אוממעגלעך איבערצוגעבן דעם גאַנצן תּוכן פֿון בלומס רעדע, און ס’איז זייער געוווּנטשן, אַז מע זאָל זי ערגעץ אָפּדרוקן. ערשטנס, זײַנען זייער וויכטיק די ענינים, וואָס בלום האָט באַרירט, און צווייטנס, האָט ער גערעדט אַזאַ תּלמיד־חכם־לשון (וואָס ד”ר מרדכי שעכטער אַליין וואָלט שטאָלצירט דערמיט), אַז אַ סך צוהערער האָבן דאָ און דאָרט ניט פֿאַרשטאַנען וואָס ער רעדט.

אַרי גרינבערג, אָדם ווײַטמאַן און סאָסיע פֿוקס
אַרי גרינבערג, אָדם ווײַטמאַן און סאָסיע פֿוקס

די אונטערשטע שורה פֿון בלומס דרשה איז בעצם אַ פּעסימיסטישע, אָבער מיט אַ שטיקל האָפֿענונג פֿאַר דער צוקונפֿט. הײַנט לעבן מיר איבער אַ גײַסטיקן גלות, אין אַ תּקופֿה, ווען ייִדישקייט ווערט פֿאַרשווענקט פֿון דער אַסימילאַציע. כּדי צו רעדן אַ ייִדיש, וואָס זאָל ווערט זײַן דעם נאָמען, דאַרף מען הײַנט זײַן אַ פֿאַנאַטיקער. מיר אַלע געהערן שוין צום „דור פֿון ׳נאָך אַלעמען׳‟, און עס זײַנען פֿאַרבליבן זייער ווייניק אמתע קענער, בײַ וועמען זיך צו לערנען. ערשט ווען מען לערנט זיך אויס ייִדיש, הייבט מען אָן צו באַנעמען, כאָטש צום טייל, וויפֿל מיר האָבן פֿאַרלוירן אין אונדזער גרויסן חורבן. ס’איז אפֿשר אַ שרעק פֿאַרן געדאַנק פֿון דעם דאָזיקן פֿאַרלוסט, וואָס מאָטיווירט אַ סך ייִדן אונטערבאַוווּסטזיניק צו ווײַכן פֿון ייִדיש.

קאָנקרעט האָט בלום פֿאָרגעלייגט, מע זאָל אײַנפֿירן באמת אַוואַנסירטע ייִדיש־קורסן, וואָס זאָלן איבערגעבן דעם ייִנגערן דור עפּעס פֿון דעם, וואָס דער עלטערער דור ייִדישיסטן האָט געירשנט פֿון מיזרח־אייראָפּע. דאָס מיינט ער יחידי־סגולה, אפֿשר בלויז 2־3 סטודענטן, וואָס ווילן זיך פֿאַרטיפֿן אין די פּיטשעווקעס און ניואַנסן פֿון דער שפּראַך. מע טאָר זיך ניט מיאש זײַן, ווײַל מע קען ניט וויסן, פֿון וואַנען וועט קומען די ישועה: אין יעדן דור געפֿינען זיך יונגע־לײַט, וואָס פֿאַרליבן זיך אין ייִדיש איבער די אויערן, און זײַנען גרייט אַלץ מקריבֿ צו זײַן פֿאַר דער זאַך.

יהודה בלום, שבֿע צוקער און בלומע גראַניק
יהודה בלום, שבֿע צוקער און בלומע גראַניק

די דאָזיקע רייד וועגן דעם חשיבֿות פֿון אַ קליינער צאָל איבערגעגעבענע לערנערס האָבן זייער גוט געפּאַסט פֿאַרן אָוונט, ווײַל אין עולם זײַנען געזעסן בסך־הכּל 50־60 מענטשן, אַזוי אַז דער גרעסטער טייל פֿונעם זאַל האָט געפּוסטעוועט און ס’איז איבערגעבליבן אַ סך עסן פֿון דער וועטשערע, וואָס „יוגנטרוף‟ האָט צוגעגרייט. ס’איז אַ חרפּה און אַ בושה, וואָס אַזוי פֿיל ייִדישיסטן האָבן דאָרט אויסגעפֿעלט, ספּעציעל די וואָס וווינען אין דער ניו־יאָרקער געגנט. דער פֿאַקט, אַז ס’איז פֿאָרגעקומען אין אַ דינסטיק גלײַך פֿאַר די דאַנקטאָג־וואַקאַציעס, האָט זיכער ניט געהאָלפֿן.

קעגן די אַנדערע ייִדן, די ניט־ייִדישיסטין, וואָס וואָלטן אויך געדאַרפֿט קומען, קען מען ניט האָבן די זעלבע טענות. פֿון איין זײַט, איז ניט צו פֿאַרשטיין, פֿאַר וואָס די ייִדישע געזעלשאַפֿטלעכקייט פֿאַרתּכלעוועט ריזיקע סומעס אויף פּראָיעקטן צו פֿאַרשטאַרקן די „ייִדישע אידענטיטעט‟, אָבער גיט ניט קיין געלט פֿאַר דער איינציקער אָרגאַניזאַציע אויף דער וועלט, וואָס פֿאַרנעמט זיך, דער עיקר, מיט איבערגעבן די לעבעדיקע ייִדישע שפּראַך צום ייִנגערן דור. „יוגנטרוף‟ האָט באַשטעלט אַן אַנאָנס אין ענגלישן „פֿאָרווערטס‟, וואָס עס האָבן געזען טויזנטער כּלל־טוער און פֿירער פֿון קהילות — אָבער פֿון די אַלע כּשרע ייִדן איז קיין איינער ניט געקומען אויפֿן אָוונט.

פֿון דער צווייטער זײַט, ברענגט ניט קיין נוצן צו באַשולדיקן מענטשן, וואָס ווען מע טראָגט זיי אונטער אַ ביסל ייִדיש אויף אַ טעלער, ווייסן זיי ניט מיט וואָס מע עסט דאָס. מע דאַרף צוגיין צו זיי מיט אַן אָפֿנקייט און אַ וואַרעמקייט און מאַכן אַ פּאָזיטיוון אײַנדרוק, ניט אַרויפֿצווינגען אויף זיי ייִדיש ווי עפּעס אַ זכר לחורבן, וואָס זיי דאַרפֿן ווײַטער שלעפּן.