„יוגנטרוף‟־יובֿל

"Yugntruf" Jubilee

נאַן כיענע בייסעס, לייזער גיליג, פּאָלעט שנײַדער און שמואל זערין
נאַן כיענע בייסעס, לייזער גיליג, פּאָלעט שנײַדער און שמואל זערין

פֿון לייזער בורקאָ

Published November 27, 2014, issue of December 19, 2014.

פֿריִער די גוטע נײַעס: אונדזער ייִדישע יוגנט, ווי זי ווערט רעפּרעזענטירט אין דער אָרגאַניזאַציע „יוגנטרוף‟, איז גוואַלדיק רײַך אין טאַלאַנט, אין ענערגיע, אין לומדות. זי קען זיכער זיך פֿאַרמעסטן מיט דער גרויסער טראַדיציע פֿון די פֿריִערדיקע דורות, וואָס האָבן זיך באַטייליקט אין די פֿאַרצווײַגטע ייִדישע יוגנט־אָרגאַניזאַציעס אין מיזרח־אייראָפּע און אין אַמעריקע — אין איכות, אויב ניט אין כּמות. דאָס איז געווען קלאָר פֿאַר יעדן, וואָס איז בײַגעווען אויפֿן פֿײַערלעכן בענעפֿיט־אָוונט אין בנין פֿון „ייִוואָ‟ לכּבֿוד דעם 50סטן יובֿל פֿון „יוגנטרוף — יוגנט פֿאַר ייִדיש‟, וואָס איז פֿאָרגעקומען דינסטיק, דעם 25סטן נאָוועמבער.

דער ערשטער האָט גערעדט פּראָפֿ’ דוד ראָסקעס פֿון ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר, וואָס דער געדאַנק אַרויסצוגעבן אַ יוגנט־זשורנאַל און צו שאַפֿן אַ נײַע באַוועגונג איז אים אײַנגעפֿאַלן אין פֿרילינג 1964, אין עלטער פֿון 16 יאָר. דעמאָלט האָט ער געוווינט אין מאָנטרעאָל, אָבער מיט דער הילף פֿון אַ צאָל יונגע־לײַט, וואָס האָבן געלערנט בײַ ד”ר מרדכי שעכטער אין ייִדישן לערער־סעמינאַר אין ניו־יאָרק, און אַ גרופּע פֿון „קעמפּ המשך‟, האָט ער געשאַפֿן אַן איניציאַטיוו־גרופּע. די גרינדונג־פֿאַרזאַמלונג פֿון „יוגנטרוף‟ איז פֿאָרגעקומען דעם 30סטן אויגוסט 1964, אויך אין בנין פֿון „ייִוואָ‟, מיט דער באַטייליקונג פֿון איבער 50 יוגנט־דעלעגאַטן.

פּראָפֿ’ דוד ראָסקעס און איוו יאָכנאָוויץ
פּראָפֿ’ דוד ראָסקעס און איוו יאָכנאָוויץ

ווען דער יונגער ראָסקעס איז דעמאָלט געקומען קיין ניו־יאָרק, האָט ד”ר שעכטער אים פֿאָרגעשטעלט פֿאַרן ייִוואָ־גרינדער, ד”ר מאַקס ווײַנרײַך. „פֿרײַנד ראָסקעס‟, האָט ווײַנרײַך דערקלערט, „די ייִדיש־פֿאָרשונג דאַרף אײַך האָבן‟. אָבער צו 16 יאָר האָט די ייִדיש־פֿאָרשונג אים נאָך ניט פֿאַרכאַפּט, ער האָט בעסער געוואָלט ווערן אַ פֿילם־רעזשיסאָר. האָט מען בײַם יובֿל געוויזן אַ קורצן פֿילם, וואָס ראָסקעס האָט אַליין געמאַכט פֿון אַ יוגנרטוף־עקסקורסיע אין 1966 — ממש אַ פּאָסטמאָדערנע שאַפֿונג, ווי ער זאָגט, וווּ דער קלאַנג און דאָס בילד האָבן כּמעט ניט קיין שײַכות צווישן זיך. פֿון די בילדער ווערט קלאָר, ווי יונג זײַנען דעמאָלט געווען יענע ערשטע יוגנטרופֿניקעס — ערשט אויסגעפּיקט זיך פֿון די אייעלעך — און פֿון דעם וואַקסט נאָך די באַוווּנדערונג פֿאַר זייער אויפֿטו. פֿון דעסטוועגן, וועט ניט זײַן קיין פּחיתות־הכּבֿוד פֿאַר פּראָפֿ’ ראָסקעסן, ווען מיר קומען צו דער דעה, אַז די ייִדיש־פֿאָרשונג האָט בײַ אים געוווּנען אַ סך מער ווי די פֿילם־געשיכטע האָט פֿאַרלוירן.

נאָך זכרונות האָט דערציילט גיטל שעכטער, וואָס איז אויפֿגעוואַקסן מיט „יוגנטרוף‟ בײַ זיך אין שטוב: אין 7 צימערן האָט געוווינט די משפּחה שעכטער, און אינעם 8טן צימער איז געווען דאָס „יוגנטרוף‟־ביוראָ. מיט דער פֿאַקטישער אַרבעט צו פֿירן די אָרגאַניזאַציע האָבן זיך פֿאַרנומען אירע טאַטע־מאַמע, מרדכי און טשאַרנע שעכטער, וואָס זײַנען שטענדיק געשטאַנען הינטער די קוליסן, בשעת די יונגע־לײַט, וואָס האָבן כּלמורשט אָנגעפֿירט מיט איר, זײַנען פֿון מאָל צו מאָל אַרײַן און אַרויס.