דעם 8טן דעצעמבער, וועלן די מאַטעמאַטיקער און קאָמפּיוטער־מומחים אַרום דער וועלט אָפּמערקן דעם 150סטן יאָרצײַט נאָכן ענגלישן מאַטעמאַטיקער און פֿילאָסאָף דזשאָרדזש בול (1815־1864), וועלכער האָט געגרינדעט די טעאָריע פֿון פֿאָרמעלער לאָגיק, וואָס שטעקט אין אַלע הײַנטיקע קאָמפּיוטערס. אויף יעדן שריט און טריט זענען מיר אַרומגערינגלט מיט די עלעקטראָנישע סכעמעס, וואָס זענען באַגרינדעט אויף זײַן „בול־אַלגעברע‟. אַ דאַנק איר, קאָן מען אויסנוצן „שטומפּיקע‟ עלעקטרישע פּראָצעסן פֿאַר גאָר קאָמפּליצירטע לאָגישע און מאַטעמאַטישע חשבונות.
צוליב אַ גרויסן אינטערעס צו ייִדישקייט, האָט בול געוואָלט ווערן אַ גר. דער באַרימטער בריטישער פֿיזיקער סטיווען האָקינג דערמאָנט עס, ווי אַ חידושדיקן פֿאַקט, אין זײַן בוך „גאָט האָט באַשאַפֿן די חשבונות‟. צום סוף, האָט דער בריטישער חכם אויסגעקליבן אַן אייגענעם דרך, אויפֿן סמך פֿון דער ייִדישער אמונה אין ייִחוד־השם, קבלהדיקן מיסטיציזם און הינדויִזם.
זײַן פֿרוי, מערי עווערעסט בול, האָט זיך אויך אַקטיוו אינטעריסירט מיט ייִדישקייט און געשריבן אין ייִדישע זשורנאַלן. איין קאַפּיטל אין איר הומאָריסטיש בוך „פֿילאָסאָפֿיע און טשיקאַוועסן פֿון אַלגעברע‟, וווּ זי שילדערט די תּורה ווי אַ מאַטעמאַטישע סטרוקטור, הייסט „די ערשטע העברעיִשע אַלגעברע‟.
בול איז נישט געווען דער איינציקער מענטש צווישן די גרינדער פֿון קאָמפּיוטערײַ, וועלכער האָט זיך אינטערעסירט מיט ייִדישקייט. דער גרויסער מאַטעמאַטיקער גאָטפֿריד לײַבניץ האָט אַקטיוו שטודירט קבלה און געשעפּט פֿון איר אַ סך געדאַנקען. אָגוסטוס דע־מאָרגאַן, אַן אַנדער בריטישער מיטצײַלטער פֿון בול, וועלכער איז געבוירן געוואָרן אין אינדיע און געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דער געשיכטע פֿון פֿאָרמעלער לאָגיק, האָט זיך אַקטיוו אינטערעסירט מיט הינדויִזם. אין זײַנע ווערק קאָן מען אויך באַמערקן אַ געוויסן אינטערעס צו ייִדישקייט. אינעם בוך „אַ בודזשעט פֿון פּאַראַדאָקסן‟ דערמאָנט ער אַ שפּאַסיקע ווערטערשפּיל מיטן נאָמען Cabbala Alphabetica, באַגרינדעט אויף די קבלה־מאַניפּולאַציעס מיט אותיות.
דע־מאָגראַנס אינטערעס איז אָבער געווען בלויז אַן אויבערפֿלעכלעכער. להיפּוך, האָט בול, וועלכער האָט געאַרבעט ווי אַ פּראָפֿעסאָר אין דער אירלענדישער שטאָט קאָרק, שטאַרק געגלייבט אין אַ קבלהדיקן מאַטעמאַטישן סימבאָליזם. באַזונדערס אינטערעסאַנט איז זײַן מיסטישער „סאָנעט צום נומער דרײַ‟, וווּ ער שילדערט אויף אַ פּאָעטישן אופֿן די קבלהדיקע דרײַ־דימענסיאָנעלע סטרוקטור פֿון געטלעכע ספֿירות, אָפּוואַרפֿנדיק די קריסטלעכער דאָגמע פֿון „דרײַ־אייניקייט‟.
זײַענדיק אַ 17־יאָריק קינד, האָט בול געהאַט אַ מיסטישן רעיון, אין וועלכן דער באַשעפֿער האָט דערקלערט זײַן מיסיע אין דער וועלט: משׂיג צו זײַן דורך אַ מאַטעמאַטיש־לאָגישן אַנאַליז, ווי אַזוי דער מענטשלעכער שׂכל פֿונקציאָנירט. ווען ער וואָלט זיך טאַקע מגייר געווען, וואָלט ער זיכער געוואָרן אַן עכטער מקובל. ער האָט ערנסט געוואָלט דאָס טאָן, אָבער צום סוף באַשלאָסן צו בלײַבן אַ נישט־ייִד מיט דער ייִדישער אמונה אין האַרצן. זײַן פֿרוי האָט איבערגעגעבן, אַז זײַן רבי האָט געהייסן ד״ר אַברבנאל פֿון לינקאָלן.
אָנהייבנדיק פֿון די 1930ער יאָרן, האָבן די סאָוועטישע און אַמעריקאַנער אינזשענירן פֿאַרשטאַנען, אַז אויפֿן סמך פֿון בולס לאָגישער טעאָריע, באַזירט אויף דער פּשוטער „שוואַרץ־ווײַסער‟ לאָגיק, קאָן מען שאַפֿן מעכאַנישע און עלעקטרישע מכשירים, וואָס טויגן אויף אַלערליי חשבונות. דורך פּשוטע אָפּעראַציעס מיט צוויי היפּוכדיקע לאָגישע ווערטן — אמת און שקר, יאָ אָדער ניין — קאָן מען דעפֿינירן אַלע אַנדערע צווײַגן פֿון מאַטעמאַטיק און מאָדעלירן כּלערליי פּראָצעסן, וואָס קומען פֿאָר אינעם אוניווערס.
בולס ביאָגראַפֿיע און ירושה שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ פֿאַרכאַפּנדיקן היסטאָרישן פּאַראַדאָקס. אין מײַן פֿריִערדיקן אַרטיקל האָב איך דערציילט, אַז במשך פֿון דער לאַנגער ייִדישער געשיכטע האָבן טויזנטער מענטשן באַשלאָסן צו ווערן אַ טייל פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. אינעם 19סטן יאָרהונדערט, בפֿרט אין מערבֿ־אייראָפּע, אויפֿגעשטיגן אַ גאַנצע כוואַליע פֿון אינטערעס צו ייִדישקייט, און די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן האָבן עס באַמערקט.
רבי נחמן בראַצלעווער דערקלערט אין זײַן ספֿר „ליקוטי מוהר״ן‟, אַז ווען די הייליקע ייִדישע אמונה ווערט שטאַרקער, פֿאַרשפּרייטן זיך גרים אין דער וועלט. צומאָל, דערקלערט דער רבי, זענען מענטשן זיך ממש מגייר על־פּי־הלכה, און צומאָל ווערן זיי גרים בכּוח — פּאָטענציאַלע ייִדן, וואָס אין זייער נשמה אַנטפּלעקט זיך די קדושה פֿון ייִדישער אמונה, אָבער למעשׂה פֿאַרלאָזן זיי נישט זייער פֿריִערדיקע רעליגיע.
דער טשערינער רבֿ, נחמן גאָלדשטיין, אַ פּראָמינענטער ממשיך פֿון רבי נחמנס דרך און בולס אַ מיטצײַטלער, באַטאָנט אין זײַן פּירוש „פּרפּראָות לחכמה‟, אַז אַ סך מענטשן זענען אין זײַן תּקופֿה טאַקע געוואָרן פּאָטענציעלע ייִדן אין זייער האַרצן, הגם על־פּי־הלכה זענען זיי געבליבן גויים. אויפֿן ערשטן בליק, קומט אַזאַ געדאַנק אין סתּירה מיט בולס „שוואַרץ־ווײַסער‟ לאָגיק פֿון צוויי אַבסאָלוטע היפּוכים. אַ „ייִדישער גוי‟ קלינגט ווי אַן אָקסימאָראָן.
הרבֿ אַבֿרהם־יהודה חן, אַ באַקאַנטער חב״דניק, ברענגט אין זײַן ספֿר „במלכות היהדות‟ אַ פּאָר קאָנקרעטע מוסטערן פֿון אַזעלכע פּערזענלעכקייטן, וואָס „זיי פֿעלט בלויז אַ פֿאָרמעלער גיור‟. צווישן די קאַנדידאַטן דערמאָנט ער דעם גרויסן אינדישן פּאָעט און דענקער ראַבינדראַנאַט טאַגאָר. אַן אַנדער חב״דניק, הרבֿ שמואל אַלכּסנדראָוו, באַטראַכט אין זײַנע בריוו די ענלעכרייט צווישן חב״ד צו בודיזם. ס׳איז מערקווירדיק, אַז צוויי ערנסטע חסידישע רבנים פֿון מיזרח־אייראָפּע האָבן באַמערקט, אַז דווקא אין אינדיע טרעפֿן זיך מענטשן, וואָס קלינגען ווי ייִדישע חכמים. נישט אומזיסט האָט בול זיך אינטערעסירט מיט ביידע גײַסטיקע טראַדיציעס.
אַ סך אַנדערע ייִדישע דענקער האָבן באַטאָנט די גײַסטיקע נאָענטקייט צווישן ייִדן און מוסולמענער. די מיטל־עלטערלעכע מוסולמענישע חכמים האָבן געשפּילט אַ ריזיקע ראָלע אין דער אַנטוויקלונג פֿון מאַטעמאַטישער לאָגיק, ווי אויך אינעם פֿאַרשפּרייטן די אוראַלטע חכמות פֿון אינדיע.
אינעם 14טן יאָרהונדערט, האָט דער גרויסער חכם מנחם מאירי באַטאָנט אין זײַן „בית־הבחירה‟, אַז לויט דעם באַקאַנטן מאמר־חז״ל „אין מזל לישׂראל‟ קאָנען גובֿר זײַן זייער מזל, צוליב זייער שײַכות צו ייִדן. ער האָט בפֿירוש געהאַלטן אָרנטלעכע קריסטן און מוסולמענער פֿאַר אַזעלכע „ייִדן ברוחניות‟. ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז די געגנט אין דרום־פֿראַנקרײַך, וווּ דער מאירי האָט געוווינט, איז געווען באַקאַנט ווי אַ צענטער פֿון אומאָרטאָדאָקסישע קריסטן, וואָס אַ סך זייערע דעות זענען געווען נאָענט צו קבלה.
צווישן די קלאָרע ענלעכקייטן צווישן דער אינדישער, מוסולמענישער און ייִדישע טראַדיציעס, וואַרפֿט זיך אין די אויגן אַ בולטער אינטערעס צו לאָגישע פּילפּולים און סימבאָלישע מאַניפּולאַציעס איבער די אותיות און לינגוויסטישע קאָנסטרוקציעס. אומצאָליקע ווערק וועגן סאַנסקריט, אַראַביש און לשון־קודש זענען געווידמעט די זוכענישן פֿון באַהאַלטענע מיסטישע סטרוקטורן דווקא אין די דרײַ שפּראַכן.
צום באַדויערן, ווערט כּמו־קאָמפּיוטערישע לאָגיק אָפֿט באַנוצט ווי אַ תּירוץ פֿאַר נאַציאָנאַליסטישע אָדער צווישן־רעליגיעזע סיכסוכים. געוויסע מענטשן פֿאַרשטייען נישט, אַז די מענטשהייט איז נישט אַ „שאָכברעט‟, וווּ יעדע פֿיגור איז אָדער אַ „ווײַסער‟ פֿרײַנד, אָדער אַ „שוואַרצער‟ שׂונא. אַ גרויסער פֿילאָסאָפֿישער פּאַראַדאָקס באַשטייט אין דעם, וואָס די קלאַסישע לאָגיק פֿון היפּוכדיקע צוויי־ווערטיקע אַבסאָלוטע אָפּאָזיציעס איז דווקא אַ רעזולטאַט פֿון אַ לאַנג־דורותדיקן קולטורעלן אויסטויש און סינטעז. אַדרבה, צוליב דער פֿילזײַטיקער און בייגעוודיקער נאַטור פֿון די מענטשן איז אינגאַנצן אומלאָגיש זיי צו פֿאַרבן היפּוך אין „שוואַרץ‟ אָדער „ווײַס‟.
די אינפֿאָרמאַציע פֿאַרן דאָזיקן אַרטיקל האָט דער מחבר פֿון די שורות, אַוודאי, געזוכט אויף דער אינטערנעץ מיט דער הילף פֿון אַ קאָמפּיוטער. דער דערמאָנטער מנהיג פֿון די בראַצלעווער חסידים, וועלכער האָט געוווינט אינעם קליינעם צענטראַל־אוקראַיִנישן שטעטל טשערין, וואָלט זיך הײַנט פֿאַרחידושט, אַז זײַנע ספֿרים זענען צוטריטלעך צו דער גאַנצער וועלט צוליב דער טעטיקייט פֿון זײַנעם אַ מיטצײַטלער, איינער פֿון די דערמאָנטע פּאָטענציעלע גרים, וועלכער האָט צונויפֿגעפֿלאָכטן דעם מיזרח און מערבֿ אין זײַן געדאַנקען־גאַנג.
דזשאָרדזש בול אַליין וואָלט געווען זיכער צופֿרידן, אַז צוליב זײַנע פֿאָרשונגען איז געוואָרן מעגלעך צו פֿאַראייניקן די מענטשן איבער דער גאָרער וועלט דורך די קאָסמאָפּאָליטישע קאָמפּיוטער־נעצן. און דער רעזולטאַט פֿון דער פֿאַרבינדונג, נישט געקוקט אויף דער אינערלעכער טרוקענער „שוואַרץ־ווײַסער‟ לאָגיק, באַקומט זיך דווקא אַ לעבעדיקער און קאָליריקער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.