דעם 8טן דעצעמבער, וועלן די מאַטעמאַטיקער און קאָמפּיוטער־מומחים אַרום דער וועלט אָפּמערקן דעם 150סטן יאָרצײַט נאָכן ענגלישן מאַטעמאַטיקער און פֿילאָסאָף דזשאָרדזש בול (1815־1864), וועלכער האָט געגרינדעט די טעאָריע פֿון פֿאָרמעלער לאָגיק, וואָס שטעקט אין אַלע הײַנטיקע קאָמפּיוטערס. אויף יעדן שריט און טריט זענען מיר אַרומגערינגלט מיט די עלעקטראָנישע סכעמעס, וואָס זענען באַגרינדעט אויף זײַן „בול־אַלגעברע‟. אַ דאַנק איר, קאָן מען אויסנוצן „שטומפּיקע‟ עלעקטרישע פּראָצעסן פֿאַר גאָר קאָמפּליצירטע לאָגישע און מאַטעמאַטישע חשבונות.
צוליב אַ גרויסן אינטערעס צו ייִדישקייט, האָט בול געוואָלט ווערן אַ גר. דער באַרימטער בריטישער פֿיזיקער סטיווען האָקינג דערמאָנט עס, ווי אַ חידושדיקן פֿאַקט, אין זײַן בוך „גאָט האָט באַשאַפֿן די חשבונות‟. צום סוף, האָט דער בריטישער חכם אויסגעקליבן אַן אייגענעם דרך, אויפֿן סמך פֿון דער ייִדישער אמונה אין ייִחוד־השם, קבלהדיקן מיסטיציזם און הינדויִזם.
זײַן פֿרוי, מערי עווערעסט בול, האָט זיך אויך אַקטיוו אינטעריסירט מיט ייִדישקייט און געשריבן אין ייִדישע זשורנאַלן. איין קאַפּיטל אין איר הומאָריסטיש בוך „פֿילאָסאָפֿיע און טשיקאַוועסן פֿון אַלגעברע‟, וווּ זי שילדערט די תּורה ווי אַ מאַטעמאַטישע סטרוקטור, הייסט „די ערשטע העברעיִשע אַלגעברע‟.
בול איז נישט געווען דער איינציקער מענטש צווישן די גרינדער פֿון קאָמפּיוטערײַ, וועלכער האָט זיך אינטערעסירט מיט ייִדישקייט. דער גרויסער מאַטעמאַטיקער גאָטפֿריד לײַבניץ האָט אַקטיוו שטודירט קבלה און געשעפּט פֿון איר אַ סך געדאַנקען. אָגוסטוס דע־מאָרגאַן, אַן אַנדער בריטישער מיטצײַלטער פֿון בול, וועלכער איז געבוירן געוואָרן אין אינדיע און געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דער געשיכטע פֿון פֿאָרמעלער לאָגיק, האָט זיך אַקטיוו אינטערעסירט מיט הינדויִזם. אין זײַנע ווערק קאָן מען אויך באַמערקן אַ געוויסן אינטערעס צו ייִדישקייט. אינעם בוך „אַ בודזשעט פֿון פּאַראַדאָקסן‟ דערמאָנט ער אַ שפּאַסיקע ווערטערשפּיל מיטן נאָמען Cabbala Alphabetica, באַגרינדעט אויף די קבלה־מאַניפּולאַציעס מיט אותיות.
דע־מאָגראַנס אינטערעס איז אָבער געווען בלויז אַן אויבערפֿלעכלעכער. להיפּוך, האָט בול, וועלכער האָט געאַרבעט ווי אַ פּראָפֿעסאָר אין דער אירלענדישער שטאָט קאָרק, שטאַרק געגלייבט אין אַ קבלהדיקן מאַטעמאַטישן סימבאָליזם. באַזונדערס אינטערעסאַנט איז זײַן מיסטישער „סאָנעט צום נומער דרײַ‟, וווּ ער שילדערט אויף אַ פּאָעטישן אופֿן די קבלהדיקע דרײַ־דימענסיאָנעלע סטרוקטור פֿון געטלעכע ספֿירות, אָפּוואַרפֿנדיק די קריסטלעכער דאָגמע פֿון „דרײַ־אייניקייט‟.
זײַענדיק אַ 17־יאָריק קינד, האָט בול געהאַט אַ מיסטישן רעיון, אין וועלכן דער באַשעפֿער האָט דערקלערט זײַן מיסיע אין דער וועלט: משׂיג צו זײַן דורך אַ מאַטעמאַטיש־לאָגישן אַנאַליז, ווי אַזוי דער מענטשלעכער שׂכל פֿונקציאָנירט. ווען ער וואָלט זיך טאַקע מגייר געווען, וואָלט ער זיכער געוואָרן אַן עכטער מקובל. ער האָט ערנסט געוואָלט דאָס טאָן, אָבער צום סוף באַשלאָסן צו בלײַבן אַ נישט־ייִד מיט דער ייִדישער אמונה אין האַרצן. זײַן פֿרוי האָט איבערגעגעבן, אַז זײַן רבי האָט געהייסן ד״ר אַברבנאל פֿון לינקאָלן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.