ייִדיש איבער דער וועלט

Yiddish Around the World

דער „ייִדישער קונסט־טריאָ‟. פֿון לינקס: בענדזשי פֿאָקס־ראָזען, פּאַטריק פֿאַרעל און מײַקל ווינאָגראַד.
דער „ייִדישער קונסט־טריאָ‟. פֿון לינקס: בענדזשי פֿאָקס־ראָזען, פּאַטריק פֿאַרעל און מײַקל ווינאָגראַד.

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published December 03, 2014, issue of December 19, 2014.

קאָנצערט פֿונעם „ייִדישן קונסט־טריאָ‟ אין באָסטאָן

דער „ייִדישער קונסט־טריאָ‟, וואָס באַשטייט פֿונעם קלאַרנעט־שפּילער מײַקל ווינאָגראַד, דער אַקאָרדעאָן־שפּילער פּאַטריק פֿאַרעל און בענדזשי־פֿאָקס־ראָזען (קול און באַס) וועלן שפּילן אין דער „ווילנער שיל‟ אין באָסטאָן. דער קאָנצערט, אַ טייל פֿון אַ טורנע איבער אַמעריקע לטובֿת אַ נײַעם אַלבאָם, וועט פֿאָרקומען שבת, דעם 13טן דעצעמבער, 7:30 אין אָוונט.

כּדי צו באַשטעלן אַ בילעט (12$ דאָלאַר פֿאַר מיטגלידער פֿון דער שיל, סטודענטן און עלטערע לײַט; 15$ דאָלאַר פֿאַרן ברייטערן עולם), קלינגט 617-524-2324, אָדער באַזוכט //www.vilnashul.org/events/event/save_the_date_yiddish_art_trio_cd_launch_concert.


קאָנצערט פֿון ייִדישער מוזיק לעבן פֿילאַדעלפֿיע

אין „טעמפּל בית־הלל - בית־אל‟ אין ווינוווּד, פּענסילוואַניע, וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון ייִדישער מוזיק. דער קאָנצערט, וואָס שטעלט פֿאָר די מוזיק פֿונעם ווילנער־געבוירענעם קאָמפּאָזיטאָר דוד באָטוויניק וועט פֿאָרקומען זונטיק, דעם 14טן דעצעמבער, 4 אַזייגער אין אָוונט. דער עולם וועט געניסן פֿונעם חזן יודזשין ראָזנער, דער פּראָפֿעסאָר פֿון קול און אָפּערע - לאַורענס אינדיק, ווי אויך די טרומפּייט־שפּילערין סוזען לענקין־וואַטס און דזשין פֿראַנצואַ־פּרול און אַלכּסנדר (סענדער) באָטוויניק אויף דער פּיאַנע. דער קאָנצערט וועט אויך אַרײַננעמען אַ קינדער־כאָר און אַנדערע זינגער. דער אײַנטריט איז פֿרײַ פֿון אָפּצאָל.


פֿאַר־חנוכּה שׂימחה בײַם „ייִדישן אַרטיסטן און פֿרײַנד אַקטיאָרן־קלוב‟

דזשאָען באָרץ וועט אויפֿטרעטן מיט אַ קאָנצערט „אוי מאַמע בין איך פֿאַרליבט‟, צוזאַמען מיט דייוו לעוויט און זײַן אָרקעסטער בײַם יערלעכן פֿאַר־חנוכּה שׂימחה פֿונעם „ייִדישן אַרטיסטן און פֿרײַנד אַקטיאָרן־קלוב‟. פֿײַוויש פֿינקל וועט דינען ווי דער ספּעציִעלער קאָנפֿעראַנסיע בײַם ספּעקטאַקל, און אַ כּשרע וועטשערע וועט סערווירט ווערן.

דער ספּעקטאַקל קומט פֿאָר מאָנטיק, דעם 15טן דעצעמבער, 6:15 אין אָוונט בײַ דער „סאָטאָן פּלייס שיל‟ (225 איסט 51סטע גאַס, מאַנהעטן). בילעטן (40$ פֿאַר מיטגלידער, 45$ פֿאַר געסט) מוז מען באַשטעלן פֿון פֿריִער, ביזן 8טן דעצעמבער. נאָך אינפֿאָרמאַציע: קלינגט 516-569-1678.


„קלעזפֿעסט‟ בײַם „שלום־עליכם קולטור־צענטער‟

שוין צום דריטן מאָל וועט פֿאָרקומען אַ ריזיקער קלעזמער־פֿעסטיוואַל בײַם „שלום־עליכם קולטור־צענטער‟ אין בראָנקס. אינעם פֿעסטיוואַל „קלעזפֿעסט‟ וועלן שפּילן הענעך סאַפּאָזניק, די קלאַרנעט־שפּילערין זאָע קריסטיאַנסען, דער פּײַקלער אַהרן אַלכּסנדר, מיט דער באַטייליקונג פֿון חיים וואָלף, „די ברידער נאַזאַראָף‟ (דניאל קאַהן, דזשייק שולמאַן־מענט און פּסאָי קאָרעלענקאָ), ווי אויך דער קלאַרנעט־שפּילער מײַקל ווינאָגראַד, דער אַקאָרדעאָן־שפּילער פּאַטריק פֿאַרעל, דער טרומפּייט־שפּילער דזשאָרדין הירש און דער באַס־ און טובע־שפּילער מאַרק רובין. דער טענץ־מײַסטער סטיוו ווײַנטרויב וועט אָנפֿירן מיט טענץ.

דער פֿעסטיוואַל וועט פֿאָרקומען זונטיק, דעם 21סטן דעצעמבער, 3301 ביינברידזש עוועניו, בראָנקס, ניו־יאָרק. די בילעטן קאָסטן 10$ דאָלאַר. כּיבוד וועט סערווירט ווערן.

נאָך אינפֿאָרמאַציע: קלינגט 917-930-0295.