ייִדיש איבער דער וועלט

Yiddish Around the World

דער „ייִדישער קונסט־טריאָ‟. פֿון לינקס: בענדזשי פֿאָקס־ראָזען, פּאַטריק פֿאַרעל און מײַקל ווינאָגראַד.
דער „ייִדישער קונסט־טריאָ‟. פֿון לינקס: בענדזשי פֿאָקס־ראָזען, פּאַטריק פֿאַרעל און מײַקל ווינאָגראַד.

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published December 03, 2014, issue of December 19, 2014.

קאָנצערט פֿונעם „ייִדישן קונסט־טריאָ‟ אין באָסטאָן

דער „ייִדישער קונסט־טריאָ‟, וואָס באַשטייט פֿונעם קלאַרנעט־שפּילער מײַקל ווינאָגראַד, דער אַקאָרדעאָן־שפּילער פּאַטריק פֿאַרעל און בענדזשי־פֿאָקס־ראָזען (קול און באַס) וועלן שפּילן אין דער „ווילנער שיל‟ אין באָסטאָן. דער קאָנצערט, אַ טייל פֿון אַ טורנע איבער אַמעריקע לטובֿת אַ נײַעם אַלבאָם, וועט פֿאָרקומען שבת, דעם 13טן דעצעמבער, 7:30 אין אָוונט.

כּדי צו באַשטעלן אַ בילעט (12$ דאָלאַר פֿאַר מיטגלידער פֿון דער שיל, סטודענטן און עלטערע לײַט; 15$ דאָלאַר פֿאַרן ברייטערן עולם), קלינגט 617-524-2324, אָדער באַזוכט //www.vilnashul.org/events/event/save_the_date_yiddish_art_trio_cd_launch_concert.


קאָנצערט פֿון ייִדישער מוזיק לעבן פֿילאַדעלפֿיע

אין „טעמפּל בית־הלל - בית־אל‟ אין ווינוווּד, פּענסילוואַניע, וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון ייִדישער מוזיק. דער קאָנצערט, וואָס שטעלט פֿאָר די מוזיק פֿונעם ווילנער־געבוירענעם קאָמפּאָזיטאָר דוד באָטוויניק וועט פֿאָרקומען זונטיק, דעם 14טן דעצעמבער, 4 אַזייגער אין אָוונט. דער עולם וועט געניסן פֿונעם חזן יודזשין ראָזנער, דער פּראָפֿעסאָר פֿון קול און אָפּערע - לאַורענס אינדיק, ווי אויך די טרומפּייט־שפּילערין סוזען לענקין־וואַטס און דזשין פֿראַנצואַ־פּרול און אַלכּסנדר (סענדער) באָטוויניק אויף דער פּיאַנע. דער קאָנצערט וועט אויך אַרײַננעמען אַ קינדער־כאָר און אַנדערע זינגער. דער אײַנטריט איז פֿרײַ פֿון אָפּצאָל.


פֿאַר־חנוכּה שׂימחה בײַם „ייִדישן אַרטיסטן און פֿרײַנד אַקטיאָרן־קלוב‟

דזשאָען באָרץ וועט אויפֿטרעטן מיט אַ קאָנצערט „אוי מאַמע בין איך פֿאַרליבט‟, צוזאַמען מיט דייוו לעוויט און זײַן אָרקעסטער בײַם יערלעכן פֿאַר־חנוכּה שׂימחה פֿונעם „ייִדישן אַרטיסטן און פֿרײַנד אַקטיאָרן־קלוב‟. פֿײַוויש פֿינקל וועט דינען ווי דער ספּעציִעלער קאָנפֿעראַנסיע בײַם ספּעקטאַקל, און אַ כּשרע וועטשערע וועט סערווירט ווערן.

דער ספּעקטאַקל קומט פֿאָר מאָנטיק, דעם 15טן דעצעמבער, 6:15 אין אָוונט בײַ דער „סאָטאָן פּלייס שיל‟ (225 איסט 51סטע גאַס, מאַנהעטן). בילעטן (40$ פֿאַר מיטגלידער, 45$ פֿאַר געסט) מוז מען באַשטעלן פֿון פֿריִער, ביזן 8טן דעצעמבער. נאָך אינפֿאָרמאַציע: קלינגט 516-569-1678.


„קלעזפֿעסט‟ בײַם „שלום־עליכם קולטור־צענטער‟

שוין צום דריטן מאָל וועט פֿאָרקומען אַ ריזיקער קלעזמער־פֿעסטיוואַל בײַם „שלום־עליכם קולטור־צענטער‟ אין בראָנקס. אינעם פֿעסטיוואַל „קלעזפֿעסט‟ וועלן שפּילן הענעך סאַפּאָזניק, די קלאַרנעט־שפּילערין זאָע קריסטיאַנסען, דער פּײַקלער אַהרן אַלכּסנדר, מיט דער באַטייליקונג פֿון חיים וואָלף, „די ברידער נאַזאַראָף‟ (דניאל קאַהן, דזשייק שולמאַן־מענט און פּסאָי קאָרעלענקאָ), ווי אויך דער קלאַרנעט־שפּילער מײַקל ווינאָגראַד, דער אַקאָרדעאָן־שפּילער פּאַטריק פֿאַרעל, דער טרומפּייט־שפּילער דזשאָרדין הירש און דער באַס־ און טובע־שפּילער מאַרק רובין. דער טענץ־מײַסטער סטיוו ווײַנטרויב וועט אָנפֿירן מיט טענץ.

דער פֿעסטיוואַל וועט פֿאָרקומען זונטיק, דעם 21סטן דעצעמבער, 3301 ביינברידזש עוועניו, בראָנקס, ניו־יאָרק. די בילעטן קאָסטן 10$ דאָלאַר. כּיבוד וועט סערווירט ווערן.

נאָך אינפֿאָרמאַציע: קלינגט 917-930-0295.


אָוונט אין תּל־אָבֿיבֿ געווידמעט ייִדיש, מיט דער באַטייליקונג פֿון כּנסת־דעפּוטאַנטקע לימור ליבֿנת

„די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדיש אין מדינת־ישׂראל‟ אָרדנט אײַן אַ פֿײַערלעכן אָוונט, „אויף ייִדיש קלינגט עס בעסער‟, אין תּל־אָבֿיבֿ. אויפֿן אָוונט וועלן זיך באַטייליקן די קולטור־און ספּאָרט־מיניסטאָרין און כּנסת־דעפּוטאַטקע לימור לבֿנת און דער בירגערמײַסטער פֿון תּל־אָבֿיבֿ רון חולדאי. בעת דער פּראָגראַם וועט מען צוטיילן שמואל עצמון־ווירצערן אַ פּרעמיע פֿאַר זײַן לעבנסווערק לטובֿת דער ייִדישער קולטור.

די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען דינסטיק, דעם 30סטן דעצעמבער, 7:30 אין אָוונט, אינעם בני־ציון־זאַל (רמת־אָבֿיבֿ, קלאַוזנער־גאַס, טויער 2). צוליב דעם, וואָס די צאָל זיץ־ערטער איז אַ באַגרענעצטע, בעט מען, מע זאָל לאָזן וויסן פֿון פֿריִער דורכן אָנקלינגען 03-6006325 אָדער דורכן שיקן אַ בליץ־בריוו אויפֿן אַדרעס yiddish@yidreshut.co.il.


ייִדיש ווינטער־קורס אין ירושלים

פֿונעם 15טן ביזן 27סטן פֿעברואַר וועט פֿאָרקומען אַן אינטענסיווער אינטערנאַציאָנאַלער קורס אין ייִדישער שפּראַך און קולטור בײַם „בית בן־יהודה‟ אין ירושלים. די פּראָגראַם, אָרגאַניזירט צוזאַמען מיט „יונג־ייִדיש‟ און „בית שלום־עליכם‟, וועט אַרײַנעמען 40 שעה פֿון שפּראַך־לעקציעס, ווי אויך 16 שעה פֿון שפּראַך־געניטונגען, צוויי קאָנצערטן און רעפֿעראַטן פֿון פֿאַרשידענע עקספּערטן.

נאָך אינפֿאָרמאַציע שרײַבט info@beit-ben-yehuda.org.


רעפֿעראַטן אויף ייִדיש אין ישׂראל:

תּל־אָבֿיבֿ

מיטוואָך, דעם 31סטן דעצעמבער, 11:30 אין דער פֿרי בײַם תּל־אָבֿיבֿער „אַרבעטער־רינג‟ (48 קלישר גאַס) וועט ד׳׳ר גלי דרוקער בר־עם רעדן אויף דער טעמע „ייִדישע פּראָזע אין ישׂראל 1948־1968‟. אינעם קינסטלערישן טייל פֿון דער פּראָגראַם וועלן עליזה בלעכעראָוויטש און אורי אַבראַמאָוויטש פֿאַרווײַלן דעם עולם מיט ייִדישע לידער. באַגלייטן זיי בײַם קלאַוויר וועט מישאַ בלעכעראָוויטש.

חדרה

אין דער „געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדיש‟ בײַם „בית עולה‟ אין חדרה (ששת הימים 20) קומט פֿאָר אַ רעפֿעראַט אויף ייִדיש יעדן מאָנטיק, פֿינף אַזייגער אין אָוונט. דעם 8טן דעצעמבער וועט ד׳׳ר בער קאָטלערמאַן רעדן וועגן דער „צאינה וראינה‟. דעם 15טן דעצעמבער וועט יחזקאל טל רעדן וועגן ייִדישע משלים. דעם 22סטן וועט יעקבֿ שפּיראָ אָנפֿירן מיט אַ חנוכּה־פּראָגראַם. דעם 29סטן דעצעמבער וועט רבֿקה גערמאַניק אָנפֿירן מיט אַ שפּאַציר איבער חדרה.