(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אַזאַ בצימצומדיקער באַגריף פֿון „דעמאָקראַטיע‟ זאָגט אַ סך וועגן דערמערן גופֿא, און זײַן וועלט-אַנשויונג בכלל. פֿאַרקערט: אַנשטאָט צו שטרעבן צום פֿאַרטיפֿערן דעם באַגריף דעמאָקראַטיע, צו דערמוטיקן מענטשן זיי זאָלן וואָס מער אָנטייל נעמען אין די וויכטיקע פּראָצעסן און אין דער אָנפֿירונג פֿון זייער לעבן; פֿאַרטיפֿערן און צו דעמאָקראַטיזירן יעדע מדינה, אַרײַנגערעכנט אַמעריקע, זי זאָל וואָס מער רעפּרעזענטירן דאָס ווילן פֿון דער מערהייט אין דער געזעלשאַפֿט — אַנשטאָט דעם, זאָגט ער: „ניין!‟ — וואָס ווייניקער דעמאָקראַטיע, אַלץ בעסער און געזינטער איז! אַזוי אַז אַפֿילו דעם קליינעם, און לרובֿ נישט אַזוי עפֿעקטיוון מיטל פֿון שטימען, האַלט דערמער, אַז נישט כּדאי אים צו ניצן, וואָס גייט בעצם האַנט בײַ האַנט מיט די כּסדרדיקע פּרוּוון פֿון די רעפּובליקאַנער, דורך כּלערליי קונצן, צו פֿאַרקלענערן די צאָל וויילער צווישן די מינאָריטעטן און בײַ די נידעריקע קלאַסן.
נאָך איין דערמערס אַ פּערל פֿון יענעם אָוונט איז געווען זײַן צעטיילונג צווישן „אמתע פֿעלקער‟ און „אויסגעטראַכטע פֿעלקער‟. „עס זענען נישטאָ קיין סך אמתדיקע נאַציעס אין דעם מיטעלן מיזרח‟ — האָט ער געגעבן צו פֿאַרשטיין, — „די עגיפּטער זענען אַ נאַציע, אָבער אַחוץ דעם, געפֿינען זיך צווישן זיי בעצם אַ סך שבֿטים, וואָס די אייראָפּעער האָבן פֿון זיי קינסטלעריש געמאַכט נאַציעס… אָבער מיר [ייִדן] זענען אַן אמתע נאַציע.‟
דער פֿאַקט, אַז די מערבֿ-וועלט, מיט אַמעריקע בראָש, דערשטיקט שוין יאָרן לאַנג די מאָדערניזירונג-פּראָצעסן, צוליב זייערע עקאָנאָמישע אינטערעסן אין דעם ראַיאָן, האָט דערמער, אַ פּנים, „פֿאַרגעסן‟ צו דערמאָנען. אַמעריקעס שטיצע פֿאַר דער טעאָקראַטישער סאַודישער רעגירונג, און פֿון ישׂראלס אַקופּאַציעס פֿון די פּאַלעסטינער טעריטאָריעס, זענען בבֿחינת בלויז איינציקע בײַשפּילן פֿון דעם מין.
אַ כּלל, דערמער האָט אין זײַן רעדע בסך-הכּל אויסגעפֿילט זײַן ראָלע ווי אַן אַמבאַסאַדאָר, כּפֿי מע דערוואַרט פֿון אים: מסביר צו זײַן די [רעכטע] פּאָליטיק פֿון ישׂראל, און זי פֿאָרצושטעלן אויפֿן בעסטן מעגלעכן אופֿן. אלא מאַי, ווערן הײַנט ווייניקער און ווייניקער מענטשן דערפֿון איבערצײַגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.