ווען עס קומט צו רייד, איז עס אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד, אַז אונדזער פֿאָלק האָט דורך די יאָרן גענומען קרענקען אויף אַ קרענק, וואָס הייסט „אַמנעזיע‟. ייִדן געדענקען נישט זייער אַמאָליק לשון, זיי רעדן עפּעס אַ צעקאַליעטשעטע שפּראַך, ס’איז נישט קיין מאַמע־לשון, זייער צונג האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ ריב־אײַזן; מאָדנע ייִדן, ס’איז אַפֿילו נישט קיין טאַטע־לשון, נאָר עפּעס אַ „פּאָטייטאָ‟־לשון פֿון אַ פֿאַרגליווערטער סבֿיבֿה, וואָס לײַדט פֿון פֿאַרהאַרטעוועטע אָדערן אין מוח.
די רעשטלעך אַמעריקאַנער ייִדן געדענקען אַ וואָרט דאָ און דאָרט, וואָס זייער באָבע, מאַמע אָדער מומע האָט אַמאָל זיך באַנוצט אין זייער פֿליסיקער, היימישער שפּראַך, און אַלץ וואָס האָט זיך פֿאַרוואַרגלט בײַ זיי אין מויל, זײַנען אָפּגעריסענע ווערטער און ווערטלעך ווי: „באָרשט‟, „קניידל‟, „קישקע‟ און „בלינצעס‟.
אַ חוץ די אַלע זיבן זאַכן, ווען איך דערזע אַ ייִדישן זאַץ, ווייס איך, אַז עס איז געקומען פֿון ווײַטע מקומות, איך דערקען אַ רוסישן זאַץ אויף ייִדיש, די פֿראַזיאָלאָגיע איז דורכויס אַ רוסישע. איך דערקען אויך גלײַך אַן איבערגעזעצט ענגליש צוטשעפּעניש, מיט אַ זאַץ־קאָנסטרוקציע, וואָס איז דורכויס נישט ייִדיש. אָט לייגט צו אַן אויער:
„איך קען אים שוין פֿאַר פֿינף יאָר,‟ אַנשטאָט דעם „איך קען אים שוין פֿינף יאָר צײַט‟, אָדער „איך קען אים שוין יאָרן לאַנג‟. ווען איך הער „קלינג מיך‟, קריג איך שיִער נישט די אַפּאָפּלעקציע. די צרה איז, וואָס עס קומט פֿון אַ רעלאַטיוו ייִנגערן ייִדיש־רעדער, האַלט איך אים אין איין קאָרעגירן; איך לאָז אים כּסדר וויסן סײַ שריפֿטלעך, סײַ ווערטערלעך, אַז ס’איז „קלינג מיר‟, און נישט „מיך‟, — העלפֿט עס מיר ווי אַ טויטן באַנקעס. יענער האַלט אין איין האַקן מיר אַ טשײַניק, אַז ס’איז זײַן טאַטנס ייִדיש. ס’איז „קויף מיר!‟ נישט „קויף מיך‟, אַכיבע מ’וויל דעם יחיד, נעבעך, פֿאַרקויפֿן. „גיב מיר‟, נישט „גיב מיך‟, אַכיבע מ’האַלט בײַם אַוועקגעבן אים; „טרײַב מיך נישט אַרויס‟, אָדער „עס מיך נישט אויף מיט דײַנע אויגענעס‟.
אין קלאַס האָט מען דיסקוטירט דעם אויסדרוק „קלינג מיר‟ און „רוף מיך‟. (call me), איז מיר אײַנגעפֿאַלן צו עפֿענען דאָס פֿענצטער און אויסרופֿן:
„ליבעלע! איך קום באַלד! שטעל צו דאָס עסן!‟— אין שטעטל האָט מען זיך גערופֿן דורכן פֿענצטער, דורך אָפֿענע טירן, אין מאַרק־פּלאַץ.
אַנשטאָט צו זאָגן: „איך קען אים פֿאַר פֿינף יאָר‟, האָט מען געזאָגט: „איך קען אים אין פֿאַרלויף פֿון פֿינף יאָר, אָדער גאַנצע פֿינף יאָר‟.
לאָמיר נישט פֿאַרגעסן, אַז ייִדיש איז אַ ליטעראַטור־שפּראַך, אַ קולטור־שפּראַך, און אַ שפּראַך פֿון פֿאַרשיידענע ייִדישע ייִשובים מיט אַ שלל דיאַלעקטן. וואָס וועט אָבער ווערן פֿון אונדזער ייִדיש, ווען אין יעדן לאַנד זאָל מען אונטער דער ווירקונג פֿון דער הערשנדיקער לאַנדשפּראַך צעדרייען דעם ייִדישן סינטאַקס און נישט האַלטן זיך בײַ דער אייגענער פֿראַזעאָלאָגיע?
זיכער האַלטן אַלע שפּראַכן אין איין אַדאַפּטירן נײַע ווערטער און אויסדרוקן, זיי באַרײַכערן דאָס גערעדטע לשון. אָבער דער פֿאָרמאַט פֿון דער אייגענער שפּראַך בלײַבט דער זעלבער. וואָס טוט מען אָבער, ווען מ’נעמט איבער גאַנצע שטחים ענגלישע פֿראַזן, ווי „דעטס-אָל‟ — דאָס אַלץ.
דאָ אין אַמעריקע זײַנען זאַצן געבויט לויטן ענגלישן מוסטער. ס’רובֿ יענע, וואָס באַמיִען זיך צו רעדן ייִדיש, זײַנען פֿאַרגרײַזטע איבערזעצונגען פֿון ענגליש. ווען מען זאָגט, למשל: „דאָס איז וואָס איך מיין‟, דאַרף זײַן, „דאָס מיין איך טאַקע‟. ווערטער ווי „טאַקע‟, „זשע‟, „נו‟ און „אָט‟, זײַנען קײַלעכדיקע יתומים דאָ אין אַמעריקע. „נו, גיב לשון‟, מיינט, „לאָמיך הערן וואָס ס’האָט פּאַסירט‟. „וואָזשע זאָגסטו?‟ קען מיינען: „איז וווּ האַלטן מיר?‟ — אָדער, „קום צו אַן אויספֿיר‟. „אוי טאַקע?‟ — קען מיינען אַן אומגליק, אַ גליק, אַ געשעעניש. „טאָ וווּ אַהין צילסטו?‟ קען מיינען: „וואָס איז דער אויספֿיר?‟ אָדער „וווּ האַלטסטו?‟
לאָמיר אָנכאַפּן אַזעלכע מכּלומרשט ייִדישע קאָנסטרוקציעס ווי: „איך בין קאַלט.‟ — פֿלעג איך לאַכן:
„חבֿרה! אַז מען איז קאַלט איז מען טויט.‟ „איך בין הייס‟, מיינט, אַז איך בין לײַדנשאַפֿטלעך געשטימט. אויף ייִדיש זאָגט מען מיר איז קאַלט, מיר איז הייס, מיר איז… נישט איך בין. אָדער אַזאַ אומגעלומפּערטע קאָנסטרוקציע ווי: „ער איז שוין אַ סך יאָרן אַ פֿרײַנד פֿון מיר. אַנשטאָט, ער איז שוין יאָרן לאַנג מײַן פֿרײַנד.
די אַנגליציזמען זײַנען אַרײַן אין די קאָמפּאָזיציעס, וואָס מײַנע סטודענטן האָבן מיר דערלאַנגט. ווען מען רעדט וועגן צײַט גיט מען מיר אַזעלכע זאַצן: „מיר וועלן פֿאַרענדיקן אין צײַט‟, אַנשטאָט מיר וועלן פֿאַרענדיקן צו דער צײַט, אָדער, מען דאַרף פֿאַרענדיקן פּינקטלעך. נאָך אַ צרה איז געווען מיט די ווערטערביכער. אוריאל ווײַנרײַכס „ייִדיש־ענגליש, ענגליש־ייִדיש ווערטערבוך‟ האָט ממש געשטערט בעת אַן אייגענע קאָמפּאָזיציע, וואָס דער סטודענט האָט געדאַרפֿט אָנשרײַבן. בדרך־כּלל איז עס געווען אומלעזבאַר צוליב די נישט־געשטויגענע, נישט־געפֿלויגענע טײַטשן.
איך האָב געהערט זייער אָפֿט פֿון מענטשן, וואָס „האַלטן בײַ גיין קיין ישׂראל‟. פֿרעג איך זיי: „צו פֿוס?‟ ווען איך הער מענטשן, וואָס „גלײַכן דאָס מאכל‟, צי „דאָס מיידל‟, צי „דאָס וועטער‟, צינד איך זיך אָן ווי אַ שוועבעלע. אַנשטאָט דעם, דאַרף מען זאָגן: מיר געפֿעלט דאָס מיידל, איך האָב ליב דאָס מאכל; דער עיקר, בין איך אַנטציקט פֿונעם וועטער.
די דאָזיקע שרעקלעכע פֿאַראָרעמונג פֿון אונדזערע מקורים און מעגלעכקייטן זיך אויסצודריקן אויף אונדזער אייגענער שפּראַך, איז, צום באַדויערן, גוואַלדיק פֿאַרשפּרייט. מיר האָבן אָנגעוווירן דעם וואָקאַבולאַר איבערצוגעבן אַ געוויסן געדאַנק. ס’איז געקומען אַ צײַט, ווען מיר פֿאַרבײַטן דעם ייִדישן אויסדרוק מיט אַן ענגלישער קאָנסטרוקציע פֿון אַ זאַץ.
די צרה איז, וואָס מען לייענט נישט מער קיין ביכער, מען צאַצקעט זיך אַרום מיט מאַשינקעלעך, וווּ שפּראַך איז מינימאַל, ס’איז נישט קיין ענגליש, ס’איז עפּעס אַ צימצום פֿון ווערטער, וואָס לייגן זיך נישט אויפֿן שׂכל. איך הער ווי מ’שושקעט זיך, אַז דאָס איז די נײַע ענגלישע שפּראַך. איך שטעל זיך פֿאָר, אַז מיט דער צײַט וועלן קינדער געבוירן ווערן אָן אַ צונג, און אַ מאַשינקעלע וועט פֿירן ווײַטער דעם שמועס אויף אַ שפּראַך, וואָס געהערט נישט מער צום פֿאָלק, נאָר צו די שטאַמלער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.