ייִדיש אין אַמעריקע גייט אויף קוליעס

American Yiddish on Crutches


פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published December 05, 2014, issue of January 02, 2015.

ווען עס קומט צו רייד, איז עס אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד, אַז אונדזער פֿאָלק האָט דורך די יאָרן גענומען קרענקען אויף אַ קרענק, וואָס הייסט „אַמנעזיע‟. ייִדן געדענקען נישט זייער אַמאָליק לשון, זיי רעדן עפּעס אַ צעקאַליעטשעטע שפּראַך, ס’איז נישט קיין מאַמע־לשון, זייער צונג האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ ריב־אײַזן; מאָדנע ייִדן, ס’איז אַפֿילו נישט קיין טאַטע־לשון, נאָר עפּעס אַ „פּאָטייטאָ‟־לשון פֿון אַ פֿאַרגליווערטער סבֿיבֿה, וואָס לײַדט פֿון פֿאַרהאַרטעוועטע אָדערן אין מוח.

די רעשטלעך אַמעריקאַנער ייִדן געדענקען אַ וואָרט דאָ און דאָרט, וואָס זייער באָבע, מאַמע אָדער מומע האָט אַמאָל זיך באַנוצט אין זייער פֿליסיקער, היימישער שפּראַך, און אַלץ וואָס האָט זיך פֿאַרוואַרגלט בײַ זיי אין מויל, זײַנען אָפּגעריסענע ווערטער און ווערטלעך ווי: „באָרשט‟, „קניידל‟, „קישקע‟ און „בלינצעס‟.

אַ חוץ די אַלע זיבן זאַכן, ווען איך דערזע אַ ייִדישן זאַץ, ווייס איך, אַז עס איז געקומען פֿון ווײַטע מקומות, איך דערקען אַ רוסישן זאַץ אויף ייִדיש, די פֿראַזיאָלאָגיע איז דורכויס אַ רוסישע. איך דערקען אויך גלײַך אַן איבערגעזעצט ענגליש צוטשעפּעניש, מיט אַ זאַץ־קאָנסטרוקציע, וואָס איז דורכויס נישט ייִדיש. אָט לייגט צו אַן אויער:

„איך קען אים שוין פֿאַר פֿינף יאָר,‟ אַנשטאָט דעם „איך קען אים שוין פֿינף יאָר צײַט‟, אָדער „איך קען אים שוין יאָרן לאַנג‟. ווען איך הער „קלינג מיך‟, קריג איך שיִער נישט די אַפּאָפּלעקציע. די צרה איז, וואָס עס קומט פֿון אַ רעלאַטיוו ייִנגערן ייִדיש־רעדער, האַלט איך אים אין איין קאָרעגירן; איך לאָז אים כּסדר וויסן סײַ שריפֿטלעך, סײַ ווערטערלעך, אַז ס’איז „קלינג מיר‟, און נישט „מיך‟, — העלפֿט עס מיר ווי אַ טויטן באַנקעס. יענער האַלט אין איין האַקן מיר אַ טשײַניק, אַז ס’איז זײַן טאַטנס ייִדיש. ס’איז „קויף מיר!‟ נישט „קויף מיך‟, אַכיבע מ’וויל דעם יחיד, נעבעך, פֿאַרקויפֿן. „גיב מיר‟, נישט „גיב מיך‟, אַכיבע מ’האַלט בײַם אַוועקגעבן אים; „טרײַב מיך נישט אַרויס‟, אָדער „עס מיך נישט אויף מיט דײַנע אויגענעס‟.