אַמעריקאַנער גרינדער פֿון ישׂראלדיקע לופֿט־כּוחות

Story of American Founders of the Israeli Air Force

איינער פֿון די אַמעריקאַנער פּילאָטן געשילדערט אין נענסי שפּילבערגס פֿילם Above and Beyond
איינער פֿון די אַמעריקאַנער פּילאָטן געשילדערט אין נענסי שפּילבערגס פֿילם Above and Beyond

פֿון שמואל ז. קלאַוזנער

Published December 07, 2014, issue of January 02, 2015.

ווען פֿינף אַראַבישע לענדער האָבן אַטאַקירט ישׂראל אין 1948, זענען בערך 3,000 וואָלונטירן פֿון 42 לענדער געקומען קיין פּאַלעסטינע מיטצוקעמפֿן מיט די ייִדישע סאָלדאַטן. בערך 1,500 (ס׳רובֿ פֿון זיי — וועטעראַנען פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה) זענען געקומען פֿון קאַנאַדע און די פֿאַראייניקטע שטאַטן. 90 זענען געווען פּילאָטן, און אַנדערע — סאָלדאַטן און עראָפּלאַן־מעכאַניקער פֿון די אַמעריקאַנער אָדער קאַנאַדער לופֿט־כּוחות. צוזאַמען האָבן זיי געהאָלפֿן אָרגאַניזירן די דעמאָלט־נעבעכדיקע ישׂראלדיקע לופֿט־כּוחות.

Above and Beyond, אַ פֿילם פּראָדוצירט פֿון נענסי שפּילבערג, איז אַ דאָקודראַמע פֿון די אָפּעראַציעס דורכגעפֿירט פֿונעם ענגליש־רעדנדיקן קעמפֿער־עסקאַדראָן. דעם פֿילם האָט מען לעצטנס געוויזן אינעם „קימל־צענטער‟ אין פֿילאַדעלפֿיע.

די געשיכטע פֿון דעם עסקאַדראָן האָט שפּילבערג צונויפֿגעשטעלט אויפֿן סמך פֿון אינטערוויוען מיט פֿינף פֿון די פּילאָטן; אינפֿאָרמאַטיווע דערקלערונגען פֿון די היסטאָריקער דערעק פּענסלאַר און בעני מאָריס, און אַרכיוואַלע פֿילם־אָפּשניטן פֿון יענער תּקופֿה. אַ גרויסער טייל פֿון דער געשיכטע ווערט קינסטלעריש אויפֿגעפֿירט דורך אַקטיאָרן. די קינעמעטאַגראַפֿיע און רעדאַקטיר־אַרבעט איז אויפֿן ניוואָ פֿון אַן ערשט־קלאַסישן האָליוווּד־פֿילם.

דער פֿילם שילדערט די געשעענישן ווי אַ ראַטיר־אַקציע, אַזוי ווי דער סטערעאָטיפּ פֿון די אַלטע אַמעריקאַנער „וועסטערנס‟: אַן איבערגעגעבענע גרופּע קאָלאָניסטן פֿאַרטיידיקט זייערע היימען, נישט געקוקט אויף דער ירידה פֿון אַמוניציע, בעת די אינדיאַנער, רײַטנדיק אויף פֿערד, קומען אַלץ נעענטער און נעענטער. צום סוף, דערהערט מען איבער די בערג דעם סיגנאַל־האָרן פֿון דער אַמעריקאַנער קאַוואַלעריע, וועלכע קומען ראַטעווען זייערע אומבאַשיצטע ברידער און שוועסטער…

די ישׂראלים האָבן דעמאָלט באַצייכנט די אויסלענדישע קעמפֿער ווי „מתנבֿי חוץ־לארץ‟ (וואָלונטירן פֿון אויסלאַנד), פֿאַרקירצט אויף מח״ל. בן־גוריון האָט נישט געקאָנט איבערצײַגן די סוכנות צו פֿאַרוואַנדלען די „הגנה‟ אין אַ פֿולשטענדיקער אַרמיי, האָט ער געזוכט אָפֿיצירן, בפֿרט גענעראַלן, פֿון די לענדער אַליִיִרט מיט ישׂראל. איינער וועלכער האָט זיך אָנגעבאָטן איז געווען דער אַמעריקאַנער פּולקאָווניק, דוד „מיקי‟ מאַרקוס.

דאָס אויסזוכן אָפֿיצירן און סאָלדאַטן אין אויסלאַנד איז דורכגעפֿירט געוואָרן בסוד, ווײַל די ייִדישע ווערבירער פֿון פּאַלעסטינע האָבן זיך געהיט נישט עובֿר צו זײַן אויפֿן אַמעריקאַנער עמבאַרגאָ. (אין 1948 האָבן די פֿאַראיינקטע שטאַטן און ענגלאַנד פֿאַרווערט דאָס שיקן וואָפֿנס און פּערסאָנאַל צו די לענדער אין מיטעלן מיזרח.) די אַמעריקאַנער פֿילאַנטראָפּישע און אַפֿילו ציוניסטישע אָרגאַניזאַציעס האָבן טאַקע דערפֿאַר אויסגעמיטן די ווערבירער.

צוריק גערעדט, איז די סודותדיקייט מסתּמא נישט געווען נייטיק. לויט די „עף־בי־אײַ‟־אַרכיוון, וואָס מע האָט לעצטנס פֿאַרעפֿנטלעכט, האָבן די „עף־בי־אײַ‟־אַגענטן אַנטדעקט די אַרבעט פֿון די ייִדישע ווערבירער אין מישיגען אין מײַ 1948, אָבער נישט אָנגעהויבן קיין אויספֿאָרשונג ביז סעפּטעמבער 1948. אַ פּנים, איז דער „עף־בי־אײַ‟ נישט געגאַנגען אין לעבן צו פֿאַרזיכערן, אַז מע פֿאָלגט דעם עמבאַרגאָ.

אָבער וואָס האָט בכלל מאָטיווירט די אויסלענדער זיך אָנצושליסן אין דער ישׂראלדיקער אַרמיי? צוויי וואָלונטירן אינעם פֿילם האָבן דערמאָנט אַנטיסעמיטישע איבערלעבונגען, וואָס זיי האָבן קינדווײַז געהאַט אין אַמעריקע. פֿון דעסטוועגן, האָט קיינער פֿון די אַמעריקאַנער קעמפֿער נישט געזאָגט, אַז זײַן ציל איז געווען צו פֿאַרלאָזן אַמעריקע. זיי האָבן פּשוט געפֿילט אַ באַדערפֿעניש צו באַשיצן די ייִדן אין פּאַלעסטינע.

הגם ישׂראל האָט געוווּנען די מלחמה , האָט זי באַצאָלט אַ הויכן פּרײַז דערפֿאַר. 4,000 ישׂראלדיקע סאָלדאַטן און 2,000 ציווילע לײַט זענען אומגעקומען. 41 פֿון די צפֿון־אַמעריקאַנער וואָלונטירן זענען אויך דערהרגעט געוואָרן.

די ישׂראלים חידושן זיך אָפֿט פֿאַר וואָס די קעמפֿער אין מח״ל זענען געווען גרייט צו ריזיקירן מיטן לעבן אויפֿן פֿראָנט, אָבער נישט זיך צו באַזעצן אינעם לאַנד, וואָס זיי האָבן פֿאַרטיידיקט. אַ פּנים, האָבן די אָפֿיצירן און סאָלדאַטן פֿאָרט געפֿילט אַ שטאַרקע פֿאַרבינדונג מיט אַמעריקע. אינעם זומער פֿון 1949 זענען שוין אַלע וואָלונטירן געווען צוריק אין דער היים, זיך אומגעקערט צו זייערע שטודיעס אָדער שטעלעס, חתונה געהאַט און דערצויגן משפּחות דאָרט. קיינער פֿון זיי האָט נישט באַקומען קיין בענעפֿיטן פֿון מדינת־ישׂראל פֿאַר זייער מיליטערישן דינסט. בלויז יענע וועטעראַנען וועלכע זענען פֿאַרבליבן אין ישׂראל האָבן באַקומען פֿינאַנציעלע שטיצע פֿון דער ישׂראלדיקער רעגירונג לטובֿת זייער בילדונג און וווינונגען. די אַמעריקאַנער ייִדישע קהילה האָט אויך נישט אָנערקענט זייער אויפֿטו: ווען די קעמפֿער האָבן זיך אומגעקערט קיין אַמעריקע, האָט די קהילה זיי נישט אויפֿגענומען מיט אַ פּאַראַד אָדער קבלת־פּנים. פֿאַרקערט, די קעמפֿער האָבן שטילערהייט פּשוט זיך צוריק אײַנגעאָרדנט אין זייערע ציווילע ראָלעס.

שטעלט זיך די פֿראַגע: פֿאַר וואָס האָט געדויערט צוויי דורות צו פּראָדוצירן דעם פֿילם? פֿאַר וואָס האָט מען נישט געמאַכט אַזאַ פֿילם אין ישׂראל? מסתּמא ווײַל דער באַגריף פֿון אַ דרויסנדיקן אויסלייזער שטימט נישט מיט דער ישׂראלדיקער וויזיע, אַז ישׂראל קען זיך איר אייגנס באַשטיין, און אַז די גלות־ייִדן זענען נישט מער ווי אָפּגעשוואַכטע, גוססדיקע קוזינען…